יענע וואָך האָט אויסגעשעפּט פֿון מיר די כּוחות מיט עמערס. איצט איז אין מיר אַלץ פֿאַרשטומט געוואָרן; שבת שטייט אויף דער שוועל, און מיר האָבן דערקלערט אַ פֿײַער-איבעררײַס — אַ צײַטווײַליקן, פֿאַרשטייט זיך — אין אונדזער קליינער מלחמהלע, וואָס הייסט, זיך אַריבערציִען פֿון איין געדונגענער דירה צו אַ צווייטער, וועלכע געפֿינט זיך אַ מהלך פֿון פֿינף מינוט צו פֿוס.
מע דאַרף נישט זײַן קיין נבֿיא צו וויסן, אַז אַריבערציִען זיך איז אַן אָפּקומעניש, אָבער דאָס מאָל איז עס געווען אַ קאָשמאַר, שוין איין מאָל אַ קאָשמאַר, אויף אַלע קאָשמאַרן געזאָגט געוואָרן! די בעבעכעס, מלבושים, כּל־מיני שמאַטעס, ביכער, פּלאַטעס, קאָמפּאַקטלעך האָבן נישט גענומען קיין עק. די לאַסט־טרעגער: אַ פֿריילעכע כאָפּטע רוסישע… זיי באַטאָנען, אַז זיי זענען געקומען פֿון אוקראַיִנע. פּלוצעם לאָזן זיי אונדז וואַרטן צווישן די קאַסטנס און שטויב אַ קיימא-לן פֿון צוויי שעה. אויף זייער, טרעגערישער צײַט-רעכענונג, איז עס אַ פּאָר מינוט, אויף אונדזערער — אַן אייביקייט.
די טרעגער האָבן געאַרבעט גיך, איינס-צוויי, געטריבן הויכע טרײַב-געשרייען איבער אונדזערע קעפּ, אויסגעטרונקען גלעזער וואַסער אָן אַ צאָל, און דערציילט בשעת-מעשׂה פֿאַרשידענע געשיכטעס (מעגלעך, אויף רוסיש אָדער אוקראַיִניש, וואָס איך פֿאַרשטיי ביידע שפּראַכן נישט). נאָך אַ שעה איז דאָס אָרט, וווּ מיר האָבן פֿאַרבראַכט צוויי יאָר פֿון אונדזער צוזאַמענלעבן, געבליבן כּמעט ליידיק, נאַקעט — אַ טויטער גוף אָן נשמה. מיר האָבן אײַנגאָטעמט אין דער דירהלע אונדזערע נשמות, אָנגעשריבן אַ שטיקל לעבנס-געשיכטע אונטער דעם דאַך, און איצט נעמען מיר צוריק אָפּ די נשמה און פֿירן זי אַוועק אויף דעם משׂא-אויטאָ פֿון די „אוקראַיִנישע‟ טרעגער צו איר נײַעם מישכּן.
דערנאָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן בעל-הבית פֿון דער פֿריִערדיקער דירה: ער האָט געהאַט צו מיר אַ זאַק מיט אַלערליי טענות, געהייסן באַצאָלן פֿאַר די שאָדנס — אמתע און אויסגעטראַכטע. מיט צוויי יאָר צוריק האָט ער אונדז געוויזן אַ חנוועדיק דירהלע — גאָר אַ פֿײַנס, נאָר, ווי ס׳איז די טבֿע פֿון געדונגענע דירות — דאָ רינט אַ ביסל, און דאָרט אַ ביסל טריפֿט; דאָס האַלט זיך קוים און יענץ איז פֿאַרעלטערט… און אַצינד וווּנדערט ער זיך, הלמאי האָבן מיר דערפֿירט זײַן דירהלע צו אַזאַ שוידערלעכן צושטאַנד?! לסוף, בין איך אויסגעקומען מיט אים, געדריקט די האַנט און געזאָגט אים: „אַ דאַנק, זײַ געזונט‟ — און געוווּנטשן אים אין האַרצן דער רוח זאָל אים נעמען.
צו מאָרגנס בין איך אויפֿגעשטאַנען קעגן מײַן ווילן, און געבליבן ליגן אין בעט, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם ביאָלאָגישן זייגער, וואָס האָט מיך געצוווּנגען אָנהייבן אַ נײַעם טאָג. די פֿרוי איז געלעגן לעבן מיר, אויך אָן אַן איבעריקן חשק צו רירן אַן אבֿר. זי האָט געוואָלט נאָר זיך אַליין אַרומנעמען. דער קליינער ווײַזער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף נײַן, און מיר האָבן זיך געמאַכט האַרץ און זיך אויפֿגעהויבן פֿון בעט. איך און זי זענען געגאַנגען אין קיך, געטרונקען אַ טעפּל קאַווע און באַטראַכט דעם אַרום: די דירה האָט אין אַ געוויסער מאָס אויסגעזען אַזוי, ווי „כאַמאַס‟ וואָלט זי באַשאָסן מיט קאַסטנס, רענצלעך, מלבושים, געפֿעס, טעלער און טעלערלעך. איך בין געווען איינצײַטיק פֿריילעך און פֿאַרצווייפֿלט: וואָס טוט מען מיט אַזוי פֿיל קאַסטנס? פֿון וואָס הייבט מען אָן?
עס איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס ערשטע וואָס מע דאַרף, כּדי צו מאַכן פֿון אָט דער דירה „אונדזער דירה‟, איז אָנשטעלן מוזיק. האָב איך אָפּגעווישט אַ שיינעם שיכט שטויב פֿון אַ קאַמאָד, געשטעלט דעם גראַמאָפֿאָן דערויף און געשפּילט אַ פּלאַטע פֿון „פֿעניקס‟, אַ רומענישע פֿאָלקראָק־באַנדע, וואָס פֿלעג האָבן אַ סך דערפֿאָלג אין די זיבעציקער יאָרן.
די לוסטיקע מוזיק האָט ארײַנגעבלאָזן ווינט אין מײַנע זעגלען; נישט האָבנדיק עפּעס אַנדערש צו טאָן, האָב איך זיך גענומען צו די קאַסטנס. אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט בלויז ביכער, איבערהויפּט ייִדישע, האָב איך זיי אָפּגעגעבן די אייבערשטע פּאָליצעס, דעם אויבנאָן, אַזוי צו זאָגן; אויף דער אונטערשטער פּאָליצע האָב איך אויסגעשטעלט די ביכער אויף העברעיִש, ענגליש און שאר-ירקות.
איך האָב זיך געגריבלט אין די קאַסטנס, געכאַפּט אַ שיין פּעקל ביכער, זיי אָפּגעטראָגן צו דער נײַער ביבליאָטעק, געקלערט אַ מינוט, וועמען זאָל איך אַוועקשטעלן וווּ, און לעבן וועמען. בשעת דער שווערער מלאָכה האָבן די ביכער באַקומען לשון; איין ביכל, למשל, איז נישט אָנגעשטאַנען מע זאָל עס אַוועקשטעלן אויף דער אייגענער פּאָליצע מיט די ווערק פֿון דעם אָדער יענעם שרײַבער, וואָס איז „אַ גראַפֿאָמאַן, אַ צעדרייטער אויפֿן גאַנצן קאָפּ, גאָרנישט קיין שרײַבער, קען נישט קיין ייִדיש, קען נישט צוינויפֿשטעלן איין לײַטישן זאַץ‟; די אַנדערע ביכער האָבן אַ צי געטאָן מיט די אַקסלען, זיי האָבן נישט געזאָגט קיין וואָרט ניט וועגן דעם אָרט אָדער שכנים, וואָס איך האָב אויסגעקליבן פֿאַר זיי; זיי זענען נאָר געווען פֿאַרחידושט, וואָס מײַן ליטעראַרישער טעם איז אַזוי ביליק.
איך מוז זיך מתוודה זײַן, אַז איך האָב פֿאַרקאָכט נאָך יענע קאַשע: צונופֿגעפֿירט די פֿאַרברענטע קאָמוניסטן מיט אַנדערע ייִדישע שרײַבער פֿון אַמעריקע, עקספּערימענטאַליסטן, פֿאָלקסטימלעכע, אינזיכיסטן, נאָוועליסטן… עטלעכע, וואָס האָבן נישט געקאַרגט אויף דײַטשמעריש, מיט אַזעלכע, וואָס האָבן זיך פֿון זיי געהאַלטן אויף אַ דינסטאַנץ; הײַנטיקע שרײַבער, ישׂראלדיקע וועטעראַנען, פּאָעטן — עטלעכע פֿון זיי בלוט-שׂונאים. בקיצור, די ייִדישע ליטעראַטור.
פֿאַרכאַפּט מיט דער אַרבעט, האָב איך אָנגעהויבן צו טראַכטן, אַז אפֿשר וואָלט געווען אַ פּלאַן אַרויסצוגעבן אויכעט מײַן אייגענעם בוך, אַ פּראַכט-אויסגאַבע מיט אַ טיראַזש פֿון 50, אפֿשר 60 עקזעמפּלאַרן. אַזוי וועל איך זײַן מיט אַלעמען גלײַך — שטיין אויף דער פּאָליצע און חלומען, אַז עמעצער פֿון מײַנע יורשים זאָל מיך אַמאָל נעמען אין די הענט און אַ בלעטער טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.