בערך 40 מענטשן, וועלכע באַצייכענען זיך ווי לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, און מער ווי 200 קינדער פֿון שארית־הפּליטהניקעס האָבן אונטערגעשריבן אַן עפֿנטלעכן בריוו, וואָס פֿאַרדאַמט די ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפּעראַציע אין עזה, און באַשולדיקט ישׂראל אין דורכפֿירן אַ „גענאָציד‟.
דער בריוו, וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן שבת אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ ווי אַ רעקלאַמע פֿון אַ האַלבער זײַט, פֿאַרדאַמט אויך די „אָנגייענדיקע אָקופּאַציע און קאָלאָניזאַציע פֿון דער היסטאָרישער פּאַלעסטינע‟ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן „פֿאַר גיבן ישׂראל די פֿאָנדן דורכצופֿירן דעם אַטאַק‟.
די אונטערגעשריבענע קומען פֿון 26 לענדער און רעפּרעזענטירן פֿיר דורות.
בערך 50 קרובֿים פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן אויך אונטערגעשריבן דעם בריוו, וואָס איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער אַנטי־ציוניסטישער נעץ‟. די גרופּע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2008, רופֿט פֿאַר דער „באַפֿרײַונג פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק און ערד‟, ווי אויך צו מאַכן „אַ סוף צו דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמישער און מיליטערישער הערשאַפֿט פֿונעם ראַיאָן, אין וועלכן ישׂראל שפּילט אַ הויפּטראָלע‟.
די אָרגאַניזאַציע האָט געזאָגט, אַז דער בריוו איז אַן ענטפֿער אויף אַ פֿריִערדיקער רעקלאַמע אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אין וועלכן אלי וויזעל, אַ לעבן־געבליבענער און געווינער פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום, האָט פֿאַרגליכן דעם מאָרד פֿון קינדער בעת דעם חורבן מיט די הײַנטיקע אַקציעס פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה.
„מיר זענען אויפֿגעבראַכט פֿון עליע וויזעלס אויסניצן אונדזער געשיכטע אויף די דאָזיקע זײַטן, כּדי צו באַרעכטיקן דאָס, וואָס מע טאָר נישט באַרעכטיקן: דעם ציל מצד ישׂראל חרובֿ צו מאַכן עזה, און איר מאָרד פֿון מער ווי 2,000 פּאַלעסטינער, אַרײַנגערעכנט הונדערטער קינדער. גאָרנישט קאָן באַרעכטיקן דאָס באַמבאַרדירן די ׳יו־ען׳־באַהעלטענישן, הײַזער, שפּיטאָלן און אוניווערסיטעטן. גאָרנישט קאָן באַרעכטיקן דאָס צוריקהאַלטן עלעקטריע און וואַסער פֿון מענטשן,‟ איז געשטאַנען אינעם בריוו. „ווען מע זאָגט: ׳מער זאָל עס נישט געשען׳, מוז דער טײַטש זײַן ׳מער זאָל עס נישט געשען מיט קיינעם׳.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.