איך מיין, אַז דער, וואָס עס טראַכט צו אין דעם שטאַב פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי די נעמען פֿון פֿאַרשיידענע מיליטער־אָפּעראַציעס, פֿאַרמאָגט אַ פּאָעטיש געפֿיל. צום בײַשפּיל, אין 2008 — „עופרת יצוקה‟ — גוסבלײַ; אין 2012 — „עמוד ענן‟ — פֿאַרוואָלקנטער זײַל. די איצטיקע אָפּעראַציע צווישן דער ישׂראל־אַרמיי און די טעראָריסטן אין עזה, טראָגט דעם נאָמען „צוק איתּן‟ — פֿעסטער פֿעלדז. דער באַגריף „פֿעלדז‟ האָט אַ סך באַטײַטן, מעטאַפֿאָרן, סימבאָלן. מע האָט אים גענוצט סײַ אין דער וועלט־ליטעראַטור און סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. „האַרט ווי אַ פֿעלדז‟, זאָגט מען וועגן אַ מענטש מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער.
מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן,
פֿון פֿעלדזן, צעמאָלטע אויף מילשטיין פֿון צײַטן…
מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן,
וואָס האָבן דעם גורל פֿאַרבונדן
מיט ימען,
מיט ווינטן,
מיט ווײַטן…
(דוד האָפֿשטיין, „מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן…‟)
צוגעדעקט און אײַנגעהילט מיט אַ ווײַסער קאָלדרע
שלאָפֿט דער גרויסער פֿעלדז, דער שטומער ריז…
(יעקבֿ שודריך, „דער שווײַגנדיקער פֿעלדז‟)
אין ח. נ. ביאַליקס באַוווּסטער ליד „לא זכיתי באור מן ההפקר‟ [ניט פֿון הפֿקר איז ס’ליד מיר געקומען], אין י. י. שוואַרצס איבערזעצונג, לייענען מיר:
ניט פֿון הפֿקר איז ס’ליד מיר געקומען
ניט פֿון טאַטן בירושה געקראָגן;
נאָר פֿון אייגענעם פֿעלדז אים געשפּאָלטן,
פֿון מײַן האַרצן אַרויס אים געשלאָגן…
אַבֿרהם־משה פֿוקס האָט אָנגעשריבן אין די „ליטעראַרישע בלעטער‟, פֿעברואַר 1930, אַן אַרטיקל, „דער פֿעלדז‟, וווּ ער רעדט וועגן דעם ייִדישן שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו: „ווי אַ פֿעלדז אינעם ים פֿונעם גײַסטלאָזן שרײַבן, איינער פֿון די ווייניקע ערנסטע באַשעפֿערס פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור […] איינער פֿון די ווייניקע, איינער פֿון די שטאַרקסטע פֿעלדזן, יוסף אָפּאַטאָשו, וואָס הייבט זיך אַרויס פֿון די וואַסערן פֿונעם רשות־הרבים… אָט אויף דעם פֿעלדז וועט ווײַטער געבויט ווערן דער בנין פֿון ייִדישער וואָרט־קונסט…‟
נאָר אויב שוין רעדן וועגן דעם נאָמען „פֿעסטער פֿעלדז‟, קאָן מען דעם באַגריף אויך צופּאַסן ניט נאָר צו דער מיליטער־אָפּעראַציע פֿונעם צה”ל.
צום מערסטנס לײַדן פֿון די „כאַמאַס‟־ראַקעטן און באַשיסונגען די אײַנוווינער פֿון דרום־ישׂראל, פֿון די שטעט שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון און די קיבוצים און ייִשובֿים אויף דער גרענעץ מיט עזה.
די טעראָריסטן פֿאַרן אָנהייבן זייער מלחמה מיט ישׂראל זענען, אַפּנים, געווען זיכער, אַז אונדזער באַפֿעלקערונג וועט ניט אויסהאַלטן און פֿאָדערן פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, זי זאָל אײַנגיין אויף הנחות מיט די „כאַמאַסניקעס‟. נאָר דאָס איז ניט פֿאָרגעקומען. פֿאַרקערט, די אײַנוווינער פֿון די דרום־שטעט און ייִשובֿים האָבן אַרויסגעוויזן אַן אַחדות, ניט קיין פּאַניק. זיי פֿאָדערן, אַז מע זאָל ממשיך זײַן די אָפּעראַציע „פֿעסטער פֿעלדז‟, ביז מע וועט ניט אומברענגען אַלע טעראָריסטן אין עזה. דאָ קאָנען מיר זאָגן, אַז די אײַנוווינער אַליין פֿון דרום־ישׂראל, זענען אַ „פֿעסטער פֿעלדז‟ קעגן דעם ים פֿון שׂינאה, וואָס בושעוועט אין עזה.
נאָך איין „פֿעסטער פֿעלדז‟ איז די ישׂראלדיקע אַרמיי גופֿא. מיר קאָנען שטאָלצירן מיט די שיינע חבֿרה; אַ שאָד נאָר, וואָס די רעגירונג גיט זיי ניט קיין מעגלעכקייט צו לייזן די פּראָבלעם מיט טעראָריסטן איין מאָל און אויף תּמיד.
די „יו־ען‟, אייראָפּע און אַפֿילו דער פּרעזידענט אָבאַמאַ, פֿאָדערן, אַז מע זאָל אויפֿהערן די אָפּעראַציע אין עזה. מע שאַפֿט שוין ווידער אַ קאָמיסיע צו באַשולדיקן ישׂראל אין מיליטערישע פֿאַרברעכנס. מע סטראַשעט מיט פֿאַרשיידענע סאַנקציעס. די אַנטיסעמיטן פֿון דער גאַנצער וועלט האָבן ווידער אַ מאָל אַ תּירוץ אַרויסצוּווײַזן זייער ליבע צו די פּאַלעסטינער, וואָס מיינט אין דער אמתן, שׂינאה צו ישׂראל, צו די ייִדן. די וועלט איז ניט צופֿרידן, וואָס עס קומען אום אַ סך פּאַלעסטינער און אַזוי ווייניק ייִדן. איצט איז דאָ פֿאַר די „יו־ען‟־טשינאָווניקעס אַ גוטע בשׂורה: לעצטנס, איז פֿון אַ מינענוואַרפֿערס־באַשיסונג דערהרגעט געוואָרן אַ פֿיר־יאָריק ייִדיש ייִנגעלע. געשאָסן האָט מען פֿון אַ פּאַלעסטינער שול, וואָס איז לעבן אַ „יו־ען‟־אַגענטור…
איך קוק אויף דער געאָגראַפֿישער מאַפּע און טראַכט, אַז אונדזער לענדעלע דערמאָנט טאַקע מיט אירע קאָנטורן אַ פֿעלדז, וואָס שטייט פֿעסט אויפֿן וועגן פֿון די שׂינאה־כוואַליעס, וועלכע רײַסן זיך צו אונדזערע ברעגן, צו פֿאַרכלינען דעם שטח און אים אָפּווישן, אַז קיין שפּור זאָל פֿון אים ניט בלײַבן…
און נאָך צוויי שורות פֿונעם באַוווּסטן ליד „דער פֿעלדז‟, געשאַפֿן פֿון דעם גרויסן רוסישן פּאָעט מיכאַיִלן לערמאָנטאָוון און איבערגעדיכטעט אויף ייִדיש פֿון משה כאַשטשעוואַטסקי:
עלנט שטייט ער, אַ פֿאַרזונקענער אין טרויער,
און ער וויינט אַ שטילער אין דעם מידבר.
יאָ, אויך אונדזער היימישער פֿעלדז קאָן לאָזן אַ טרער נאָך די געפֿאַלענע ישׂראל־סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן זייערע יונגע לעבנס אַוועקגעגעבן פֿאַרן לאַנד, פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, פֿאַר דעם בלויען, לויטערן הימל איבער אונדזערע קעפּ. אַ טרער נאָך די אומגעקומענע אײַנוווינער פֿון דרום־ישׂראל, און נאָך דעם פֿיר־יאָריקן ייִנגעלע דניאל, וועלכן עס האָט ניט געקאָנט פֿאַרטיידיקן אַפֿילו דער „פֿעסטער פֿעלדז‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.