„צוק איתּן‟ — פֿעסטער פֿעלדז

Tzuk Eitan – A Strong Cliff


פֿון משה לעמסטער

Published August 27, 2014, issue of September 12, 2014.

איך מיין, אַז דער, וואָס עס טראַכט צו אין דעם שטאַב פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי די נעמען פֿון פֿאַרשיידענע מיליטער־אָפּעראַציעס, פֿאַרמאָגט אַ פּאָעטיש געפֿיל. צום בײַשפּיל, אין 2008 — „עופרת יצוקה‟ — גוסבלײַ; אין 2012 — „עמוד ענן‟ — פֿאַרוואָלקנטער זײַל. די איצטיקע אָפּעראַציע צווישן דער ישׂראל־אַרמיי און די טעראָריסטן אין עזה, טראָגט דעם נאָמען „צוק איתּן‟ — פֿעסטער פֿעלדז. דער באַגריף „פֿעלדז‟ האָט אַ סך באַטײַטן, מעטאַפֿאָרן, סימבאָלן. מע האָט אים גענוצט סײַ אין דער וועלט־ליטעראַטור און סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. „האַרט ווי אַ פֿעלדז‟, זאָגט מען וועגן אַ מענטש מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער.

מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן,
פֿון פֿעלדזן, צעמאָלטע אויף מילשטיין פֿון צײַטן…
מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן,
וואָס האָבן דעם גורל פֿאַרבונדן
מיט ימען,
מיט ווינטן,
מיט ווײַטן…
(דוד האָפֿשטיין, „מיר שטאַמען פֿון פֿעלדזן…‟)

צוגעדעקט און אײַנגעהילט מיט אַ ווײַסער קאָלדרע
שלאָפֿט דער גרויסער פֿעלדז, דער שטומער ריז…
(יעקבֿ שודריך, „דער שווײַגנדיקער פֿעלדז‟)

אין ח. נ. ביאַליקס באַוווּסטער ליד „לא זכיתי באור מן ההפקר‟ [ניט פֿון הפֿקר איז ס’ליד מיר געקומען], אין י. י. שוואַרצס איבערזעצונג, לייענען מיר:

ניט פֿון הפֿקר איז ס’ליד מיר געקומען
ניט פֿון טאַטן בירושה געקראָגן;
נאָר פֿון אייגענעם פֿעלדז אים געשפּאָלטן,
פֿון מײַן האַרצן אַרויס אים געשלאָגן…