די עגיפּטישע רעגירונג האָט דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, איבערגעגעבן, אַז ישׂראל און די פּאַלעסטינער האָבן געשלאָסן אַ נײַעם שטילשטאַנד. לויט דער אָפֿיציעלע עגיפּטישער נײַעס־אַגענטור, הייבט זיך דער נײַער אָפּמאַך אָן 7 אַזייגער אויף דער נאַכט.
ווען די צדדים האָבן געפֿירט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן באַשאָסן דעם דרומדיקן טייל פֿון ישׂראל מיט צענדליקער באָמבעס און ראַקעטן. איין ישׂראלי איז אומגעקומען בעת דעם אַטאַק און נאָך צוויי האָבן געליטן פֿון ערנסטע וווּנדן אינעם ראַיאָן אשכּול. נישט געקוקט אויף די דאָזיקע ראַקעט־אַטאַקן, האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערגרייכן אַ פּשרה.
דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, איז אויפֿגעטראָטן אויף דער טעלעוויזיע בעת אַ פֿירער־זיצונג אין ראַמאַלע, האָט באַשטעטיקט, אַז זײַן רעגירונג נעמט אָן דעם פּאַלעסטינער פֿאָרלייג צו שליסן אַ לאַנג־צײַטיקן שטילשטאַנד. לויט די נײַעס־קוואַלן, האָבן די ישׂראלדיקע קאַבינעט־מיניסטאָרן געוווּסט שוין פֿריִער, אַז די פּאַלעסטינער רעגירונג איז מסכּים מיטן אָפּמאַך; מצד ישׂראל, האָט מען נישט געדאַרפֿט דורכפֿירן קאַבינעט־וואַלן, כּדי עס צו באַשליסן.
לויט דעם נײַעם הסכּם, וועט מען אומגעזאַמט עפֿענען די פֿאַרקער־פּונקטן אויף דער ישׂראלדיקער און עגיפּטישער גרענעץ פֿונעם עזה־פּאַס, ווי אויך פֿאַרברייטערן די ים־זאָנע, וווּ די עזה־תּושבֿים קאָנען כאַפּן פֿיש. אין אַ חודש אַרום, פּלאַנירט מען אָנצוהייבן די צווייטע פֿאַזע פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, בעת וועלכע מע וועט באַטראַכטן דאָס בויען אַ ים־פּאָרט אין עזה און באַפֿרײַען די „כאַמאַס‟־אַרעסטאַנטן פֿון די ישׂראלדיקע תּפֿיסות.
פֿריִער, האָבן די צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט שוין געשלאָסן עטלעכע מאָל צײַטווײַליקע שטילשטאַנדן, במשך פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אינעם עזה־פּאַס, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8טן יולי. האָפֿנטלעך, האָט זיך דאָס מאָל אײַנגעגעבן צו דערגרייכן אַ פֿעסטע פּשרה, וואָס וועט דערמעגלעכן צו פֿאַרענדיקן די מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.