די שטאָט חיפֿה שטאָלצירט מיט דעם, וואָס ייִדן און אַראַבער לעבן דאָרט בשלום. אַ פּויליש-ייִדישע פֿרוי אָבער האַלט, אַז אַן אַראַבישער תּושבֿ האָט געהאַט צו נאָענטע באַציִונגען מיט איר מאַמען. אַ מעשׂה שהיה כּך היה. די מאַמע איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 84 יאָר אין אַ מושבֿ־זקנים אין חיפֿה. מען האָט געפֿונען איר צוואה. דער איינציקער יורש פֿון דער פֿרוי איז לויט דער צוואה אַ חיפֿהער תּושבֿ מיטן נאָמען ראַמי כאַדזשאַזי. ער האָט געירשנט אַלע געלטער פֿון דער פֿרוי, וואָס האָט געליטן פֿון אַלצהײַמער.
די מעשׂה האָט אויסגעזען אַ קאַפּעטשקע מאָדנע, און די ישׂראלדיקע מלוכה האָט געזוכט און געפֿונען די טאָכטער פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי, וואָס וווינט אין פּוילן. די טאָכטער האָט אָנגעקלאָגט דעם אַראַבישן פֿרײַנד פֿון איר מאַמען און טאַקע באַקומען אירע געלטער צוריק.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אָבער, אַז דער גוטער פֿרײַנד האָט באַקומען איר מאַמעס דירה אויך. די דירה האָט ער באַקומען ווי אַ מתּנה, ווען די מאַמע האָט נאָך געלעבט. ער האָט זיך נישט געפֿוילט און זי גיך פֿאַרקויפֿט. די טאָכטער האָט געטענהט אין געריכט, אַז איר מאַמע איז געווען חסר-דעה בשעת זי האָט איבערגעגעבן אַלץ, וואָס זי האָט פֿאַרמאָגט, דעם אַראַבישן פֿרײַנד.
כידזשאַזי האָט געטענהט, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער עלטערער פֿרוי האָט זיך אָנגעהויבן מיט צען יאָר צוריק בײַם ים־ברעג אין חיפֿה. במשך פֿון צען יאָר איז ער געווען פֿאַר איר ממש ווי אַ זון, בשעת די ביאָלאָגישע טאָכטער איז אַפֿילו נישט געווען אין קאָנטאַקט מיט איר מאַמען.
די ריכטערין אָבער האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז כידזשאַזי דערציילט באָבע־מעשׂיות. די פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער מאַמען איז געווען אַ סך קירצער. נאָך אַ זאַך — די מאַמע האָט מען געפֿונען אויף דער גאַס, ברודיק און הונגעריק. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז נאָך דעם, וואָס ער האָט געהאַט באַקומען די געלטער און די דירה, האָט דער כּלומרשט גוטער פֿרײַנד זיך ווייניק אינטערעסירט מיט איר מצבֿ. דער סוף: ראַמי כידזשאַזי דאַרף אומקערן די דירה, די געלטער און אויסצאָלן פֿופֿציק טויזנט שקל שׂכר־טירחה, דאָס הייסט, געריכט־הוצאָות, דערצו.
פֿאַר דער מלחמה האָבן געלעבט אין פּוילן דרײַ מיט אַ האַלב מיליאָן ייִדן, וואָס האָבן, דאָס רובֿ, נישט געלעקט קיין האָניק. איצט, ווען די ייִדן אין פּוילן זענען כּמעט נישטאָ, צאַצקען זיך די פּאָליאַקן מיט זייערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים.
די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, למשל, דערציילט אירע לייענער וועגן צען פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן געמאַכט אונדזער לעבן שענער און בעסער. אָט זענען זיי: שמואל געלבפֿיש איז געבוירן אין וואַרשע אין יאָר 1879. געלבפֿיש איז משנה־שם געווען, און מיר קענען אים בעסער ווי סאַמועל גאָלדווין, דער באַקאַנטער האָליוווּד־פּראָדוצענט.
אַדאָלף בעק, געבוירן אין קראָקע אין 1863. בעק איז געווען אַ דאָקטער. אַ דאַנק אים, האָבן מיר הײַנט די EEG־מכשירים, כּדי בודק צו זײַן די עלעקטרישע אימפּולסן פֿונעם מוח.
אַרי שטערנפֿעלד, געבוירן אין יאָר 1905 אין שעראַדז. אַן אינזשעניר. ער איז געווען אַ פֿאָרשער פֿון קאָסמאָס; אָן אים וואָלט אַהין דער ספּוטניק נישט געפֿלויגן.
קאַזימיעזש פֿונק, געבוירן אין 1884 אין וואַרשע. אַ דאָקטער און אַ כעמיקער. ער האָט אַנטדעקט די וויטאַמינען.
מאַקס פֿאַקטאָר, געבוירן אין 1872 אין דונסקאַ וואָלאַ. אַן אַפּטייקער. אַ וואַזשנער קנאַקער אין קאָסמעטיק.
לודוויג הירשפֿעלד, געבוירן אין 1884 אין וואַרשע. אַ דאָקטער. ער האָט אַנטדעקט די פֿאַרשיידענע בלוט־גרופּעס. אַ דאַנק אים, ווייס איך, למשל, אַז כ׳האָב בלוט פֿונעם מין „אַ פּלוס‟. אָן אים וואָלטן מענטשן נישט באַקומען די ריכטיקע בלוט־אינפֿוזיעס.
לודוויג זאַמענהאָף, געבוירן אין יאָר 1859 אין ביאַליסטאָק. דער טאַטע פֿון עספּעראַנטאָ.
העלענאַ רובינשטיין, געבוירן אין יאָר 1870 אין קראָקע — די מלכּה פֿון קאָסמעטיק.
יעקבֿ ווענגערקאָ, געבוירן אין 1889 אין וואַרשע. אַ דאָקטער. ער האָט אַנטדעקט, ווי אַ דאַנק אינסולין, קענען די צוקער־קראַנקע פֿירן אַ כּמעט נאָרמאַל לעבן.
הילאַרי קאַפּראָווסקי. געבוירן אין 1916 אין וואַרשע. אַ דאָקטער. קאַפּראָווסקי האָט געפֿונען אַ וואַקסין קעגן פּאָליאָ. ווען נישט ער וואָלטן הײַנט מיליאָנען מענטשן געווען פּאַראַליזירט. אַגבֿ, שרײַבנדיק די דאָזיקע שורות, האָב איך געהערט שאָפּענס אַ קאָנצערט, וואָס אַ פּוילישער ייִד מיטן נאָמען אַרטור רובינשטיין, האָט געשפּילט אויפֿן ראַדיאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.