יוסף קאַדראָס, דער מאַן פֿון אַפּריל ראָזענבלום, אַ ייִדישיסטקע פֿון פֿילאַדעלפֿיע, קומט אַרויס פֿון אַ כינעזישן, פֿיליפּינישן און אונגעריש־ייִדישן ייִחוס און איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער היים. אַפּריל און יוסף האָדעווען זייערע צוויי קינדער אויף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, כינעזיש און ענגליש. מחוץ זײַן פּראָפֿעציאָנעלער אַרבעט, אין וועלכער ער פֿאָרשט אויס די וואַסער־וועגן און לעפֿצונגען (estuaries) לעבן פֿילאַדעלפֿיע ווי אַ וויסנשאַפֿטלעכער אינזשעניר, טרעט קאַדראָס אויף ווי אַ קאָמיקער און נאָכמאַכער פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אין זײַן פֿרײַער צײַט און בפֿרט אויף זײַנע געבורטסטאָג־שׂימחות.
אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, האָט זײַן אויפֿטריט ווי „ברוך אויבאַמאַ‟, אַ ייִדיש־רעדנדיקער נוסח פֿון באַראַק אָבאַמאַ, שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם מיט צוויי יאָר צוריק. אינעם „שטיק‟ רעדט קאַדראָס מיט די זעלביקע פּיטשעווקעס און מיטן זעלביקן אַקצענט ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, - אויף מאַמע־לשון. אָט קען מען זען זײַן אויפֿטריט מיט צוויי יאָר צוריק //www.youtube.com/watch?v=bf_YDwdDucU. אַ פּאָר פֿון זײַנע קאָמישע סקיצן אויף ענגליש קען מען זען בײַ //www.youtube.com/user/johnfromtorresdale/videos.
אַ שיינעם דאַנק. אַ שיינעם דאַנק.
איך בין ברוך אויבאַמאַ, און איך בין צופֿרידן צו זײַן צוריק נאָך אַ מאָל אויף דער „ייִדיש־וואָך‟.
אַנטשולדיקט מיר, אַז איר האָט מיך ניט געזען פֿאַראַיאָרן. אָבער זאָרגט זיך ניט! דער NSA האָט מיר רעקאָרדירט די אַלע פּראָגראַמען, האָב איך זיי אַלע געהערט.
נו, די לעצטע צוויי יאָר זײַנען מיר געווען גאַנץ שווער. איך בין ניט אַזוי פּאָפּולער ווי אַ מאָל. איז, פֿיל איך זיך זייער צופֿרידן, אַז איך האָב אַן אָרט דאָ אין „ייִדיש־וואָך‟, וווּ איך קען זיך אויסשפּאַנען. די „יאָגאַ‟־שעה, די קיכלעך אין אָוונט לעבן דעם עס־זאַל, און אַוודאי, דער „פֿרעג־געשלעג‟. זיי זײַנען אַ מחיה.
הײַיאָר האָב איך מיטגעבראַכט די גאַנצע משפּחה. מײַן שיין ווײַב מישעל, אָדער מישעלע, האָט ספּעציעל ליב דעם „פּערלסטאָון‟־פֿאַרם. און מײַנע טעכטער, סאַשעלע און מאַלייעלע, פֿרייען זיך צו העלפֿן די קינדער־גרופּעס.
ווען איך טראַכט איבער די לעצטע צוויי יאָר, איז די שווערסטע צײַט אפֿשר געווען דער אָנהייב פֿון healthcare.gov.
ווען דאָס איז געשען, איז מײַן שיין ווײַב מישעלע געווען אין כּעס אויף מיר. יאָ, באמת. באמת NBC. זי איז טאַקע אַן אשת־חיל.
זי האָט מיך געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס האָסטו זיך געלערנט ייִדיש, ברוך? בעסער זאָלסטו זיך לערנען HTML.‟
און איך האָב געזאָגט, „HTML? טאַקע?! וועלכע שפּראַך האָט ליטעראַטור, לידער, פּאָעזיע? וועלכע שפּראַך איז טויזנט יאָר אַלט? וועלכע שפּראַך מיינסטו, וועט לעבן נאָך טויזנט יאָר?‟
„איכ׳ל דיר זאָגן וואָס: דו קענסט פֿאָרן קיין HTML־וואָך. איך פֿאָר קיין „ייִדיש־וואָך‟. דעמאָלט וועלן מיר זען, וועלכע וואָך האָט אַ בעסערן טשאָלנט. און די גרעסערע קאָמפּאָסט, קיין עין הרע.
אַנדערע מענטשן, אַזוי ווי דזשאַן קערי, האָבן מיר געזאָגט: „ברוך, פֿאַר וואָס לערנסטו זיך ייִדיש? אפֿשר אויב דו וואָלטסט זיך געלערנט הערברעיִש אַנשטאָט ייִדיש וואָלסטו געווען אַ ביסל מער פּאָפּולער אין מדינת־ישׂראל.
איך האָב געפּרוּווט צו לערנען הערבעיִש, בין איך געוואָרן גאָר צעמישט מיט די אַלע פּינטעלעך אומעטום.
סײַ ווי סײַ, וועל איך בלײַבן מיט דער מאַמע־לשון. ווי מײַן טײַערע פֿרײַנט הילאַרי קלינטאָן, קען אײַך זאָגן, בין איך זייער קאָמפּעטיטיוו… וועל איך אײַך זען איבעראַיאָר אינעם „פֿרעג־געשלעג‟.
אַ שיינעם דאַנק. געבענטשט זאָלט איר זײַן און געבענטשט זאָל זײַן די „ייִדיש־וואָך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.