אין די לעצטע פּאָר יאָר, איז אין דער צפֿון־אַמעריקאַנער פּרעסע, ווי אויך אינעם קינעמאַטאָגראַף געוואָרן פּאָפּולער די טעמע פֿון חסידים, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט סעקסועלע סקאַנדאַלן און דיסקוסיעס אויף עראָטישע טעמעס. אַ באַזונדערן אויפֿמערק ציִען צו די חסידישע אָדער געוועזענע חסידישע פֿרויען, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער קהילה און שטאָלצירן מיטן נײַעם וועלטלעכן לעבנס־שטייגער.
אַ סך שילדערונגען זענען היפּש נעגאַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט עזרא גלינטער דערציילט אינעם Forward, אַז לעצטנס האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצער זשאַנער פֿון „אָפּגעפֿאָרענער‟ ליטעראַטור וועגן געוועזענע פֿרומע פֿרויען. אַ גרויסן טייל אינעם דאָזיקן זשאַנער פֿאַרנעמט די טעמע פֿון דעם, ווי די דאָזיקע פֿרויען האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון סעקסועלע דערנידערונגען און באַגרענעצונגען. די חסידישע קליידער ווערן, לויט די דאָזיקע סטערעאָטיפּישע שילדערונגען, באַטראַכט ווי אומסעקסועלע.
צומאָל האָבן די נײַע מעשׂיות ממש אַן אַנעקדאָטישן כאַראַקטער. מיט אַ חודש צוריק, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ דערציילט וועגן אַ געוויסער 23־יאָריקער געוועזענער סאַטמאַרער פֿרוי, בריינדי ראָזענבערג, וועלכע איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, נעבעך, פֿאָרנדיק איבער דער בריק צווישן קווינס און ברוקלין; די וווּנדן זענען נישט געווען סכּנותדיק.
די געליטענע פֿרוי פֿאַרנעמט זיך במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר מיטן פֿאַרשפּרייטן אירע האַלב־נאַקעטע פּראָוואָקאַטיווע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער אינטערנעץ, אַרום וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אַ קרײַז פֿון אַ פּאָר טויזנט צוקוקער און ליבהאָבער. די באַקאַנטע חרדישע וועבזײַט „כּיכּר השבת‟ האָט געמאָלדן, אַז דער אומגליק־פֿאַל איז געווען אַ שטראָף מן־השמים פֿאַר אירע אומצניעותדיקע מעשׂים.
די „פּאָסט‟ האָט איבערדערציילט די מעשׂה אין איר געוויינטלעכן נאַרישן און וווּלגאַרן סטיל. די העלדין פֿון די געשעענישן ווערט געשילדערט אינעם קעפּל ווי „אַ סעקסועל־צוציִעוודיקע געוועזענע חסידישע פֿרוי‟. עס באַקומט זיך, אַז סײַ די פֿרומע פֿאַרדאַמער, סײַ די זשורנאַליסטן, אַסאָציִיִרן צוציִעוודיקייט דווקא מיט נאַקעטקייט.
נו, לאָמיר זשע אַרײַנקוקן אין ראָזענבערגס וועבזײַטלעך, אויב זי איז אַזוי „צוציִעוודיק‟. כּדי צו שאָקירן דעם פֿרומען עולם, טוט זי זיך כּסדר אָן אין מענערישער בגדים; אויף איין בילד, פֿאָטאָגראַפֿירט זי זיך מיט די תּפֿילין אויפֿן קאָפּ און אויפֿן לינקן פֿוס. מיט דער הילף פֿון אַזעלכע וווּלגאַרע שטיק קאָן מען זיכער קריגן גענוג שׂונאים אין דער פֿרומער וועלט, אָבער דאָס אויסטאָן זיך, כּדי צו פֿאַרחידושן געוויסע חסידישע הולטײַען, וואָס שיקן איר קאָמענטאַרן אויף ייִדיש. איז עס אָבער אַ סימן פֿון צוציִעוודיקייט? שוין גיכער פֿון עלנטקייט און אומפֿאַרזיכערטקייט.
אַדרבה, לאַנגע קליידער קאָנער צוגעבן אַ פֿרוי דעם טעם פֿון רעטענישקייט. להיפּוך, ווערט די פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿרוי אויף האַלב־נאַקעטע צופֿעליקע פֿאָטאָגראַפֿיעס בטל אינעם ים פֿון אומצאָליקע ענלעכע מיידלעך, וואָס נוצן אויס זייער גוף ווי אַן אומגעלומפּערטער פּרוּוו צוצוציִען וואָס מער אויפֿמערק מיט וועלכע־ניט־איז מיטלען. זיך אויסטאָן, זאָלן די „אָפּגעפֿאָרענע‟ יונגע־לײַט וויסן, קאָן מען אויך מיט אַ חן און טאָלק.
מיט א פּאָר וואָכן צוריק, האָט זיך אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן די פּרעמיערע פֿון ראָמאַן פּאָלאַנסקיס נײַעם פֿילם „ווענערע אין פּעלץ‟, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון לעאָפּאָלד פֿאָן זאַכער־מאַזאָכס קלאַסישן ראָמאַן. פּאָלאַנקסי האָט צום ערשטן מאָל געוויזן זײַן שאַפֿונג אויף פֿראַנצויזיש מיט איבער אַ יאָר צוריק; איצט איז דער פֿילם אַרויס אין די אַמעריקאַנער קינאָ־טעאַטערס. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן צו עזרא גלינטערס לאַנגער רעצענזיע אינעם Forward, אַז זאַכער־מאַזאָכס ראָמאַן איז היסטאָריש פֿאַרבונדן, אויף אַ גאַנץ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, מיטן הײַנטיקן מעדיאַ־אַזשיאָטאַזש אַרום די חסידים.
דער פֿילם האָט אַ קאָנצעפּטואַליסטישן און פּאָסטמאָדערנעם טעם. דער גאַנצער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אויף דער זעלבער סצענע, צווישן בלויז צוויי אַקטיאָרן, מיט אַ מינימאַליסטישן רעקוויזיט. אַ רעזשיסאָר און אַ יונגע אַקטריסע, וואָס אַדאַפּטירן זאַכער־מאַזאָכס ראָמאַן, ווערן אינעם פּראָצעס אַליין פֿאַרוואַנדלט אין לעבעדיקע גילגולים פֿון די בוך־פּערסאָנאַזשן. די אָריגינעלע פֿראַנצויזישע דיאַלאָגן זענען פֿול מיט קאָמישע פֿראַזעס, וואָס מישן אויס אויף אַ טשיקאַוון אופֿן דאָס רעאַלע לעבן און די טעאַטראַלע שפּיל.
פּאָלאַנסקיס ווײַב, עמאַנועל סעניע, שפּילט די ראָלע פֿון דער יונגער אַקטריסע, וועלכע קאָמאַנדעוועט אַלץ ווילדער און ברוטאַלער איבער איר פֿאַרוואַלטער, וואָס זײַן ראָלע פֿירט אויס דער פֿראַנצויזישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר מאַטיע אַלמאַריק. אַלמאַריק, זײַענדיק אַליין אַ רעזשיסאָר, זעט אויס גענוג ענלעך צו פּאָלאַנסקי אין זײַנע ייִנגערע יאָרן. עס קאָן זײַן, אַז פּאָלאַנסקי האָט אין אַ שפּאַסיק־קינסטלערישער פֿאָרעם דערציילט וועגן זײַנע אייגענע משפּחה־באַציִונגען.
פּאָלאַנסקי, אַ פּויליש־געבוירענער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, ווייסט גאַנץ גוט אַ טאָלק אין עראָטישע ענינים, צומאָל גאַנץ צווייפֿלהאַפֿטיקע. אינעם יאָר 1977 האָט ער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון קאַליפֿאָרניע קיין פֿראַנקרײַך נאָכן סקאַנדאַל מיט אַ יונג מיידל. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן דראָט אים נאָך אַלץ תּפֿיסה. זײַן איצטיקע פֿרוי, וואָס שפּילט אינעם נײַעם פֿילם, איז מיט 33 יאָר ייִנגער פֿון אים.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די קליידער, וואָס סעניע טראָגט אויף דער סצענע, זענען נעענטער צו די פֿרומע סטאַנדאַרטן, ווי די וווּלגאַרע „סעלפֿיס‟ פֿון די „אָפּגעפֿאָרענע‟ חסידישע מיידלעך. ווען נישט דער דעקאָלטירטער האַלדז, וואָלט סעניע געקאָנט געקאָנט זיך ווײַזן אין איר לאַנג קלייד אין אַ ליובאַוויטשער שיל; און ווען נישט די גאָר קורצלעכע לענג און די אָפּגעשניטע אַרבל, וואָלט מען געקאָנט, אין פּרינציפּ, פֿאָרשטעלן עפּעס ענלעכס צו איר שוואַרץ קליידל אויף אַ סאַטמאַרער חתונה.
דאָס איז נישט קיין צופֿאַל. זאַכער־מאַזאָכס נאָמען איז פֿאַראייביקט געוואָרן אינעם וואָרט „מאַזאָכיזם‟. זײַנע ווערק זענען פֿול מיט פֿאַנטאַזיעס וועגן בייזע און ברוטאַלע פֿרויען, וואָס הערשן אין זייערע עראָטישע שפּילערײַען איבער די מענער. ס׳איז אָבער ווייניקער באַקאַנט, אַז דער שרײַבער האָט כּסדר פֿאַנטאַזירט וועגן די גאַליציאַנער חסידישע פֿרויען, אויסגעפּוצט אין לאַנגע פֿרומע קליידער. הײַנט וואָלט ער געטראַכט, מסתּמא, אַז וויליאַמסבורג אָדער קרית־יואל זענען די סאַמע עראָטיש־צוציִעוודיקע ערטער אין דער וועלט.
זאַכער־מאַזאָך (1836—1895), אַ באַרימטער דײַטשיש־שפּראַכיקער שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון אַ קריסטלעכער עסטרײַכיש־אוקראַיִנישער משפּחה, איז געבוירן געוואָרן און האָט געוווינט אין לעמבערג. אַחוץ זײַנע חידושדיקע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס, איז ער באַקאַנט ווי אַ סאָציאַליסטישער אַקטיוויסט, אַ קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם און פֿאַר פֿרויען־עמאַנסיפּאַציע. אין זײַנע פֿאַנטאַזיעס וועגן אַמאַזאָנקעס מיט פּיסטוילן און בײַטשן האָט ער אויסגעדריקט דעם ווילן איבערצוקערן די פּאַטריאַרכאַלע מאַכט פֿון די מענער. אין גאַליציע שאַצט מען אים אָפּ ווי אַ גרויסן נאַציאָנאַלן ראָמאַנטיש־אידעאַליסטישן שרײַבער.
עטלעכע בענדער פֿון זײַנע ווערק האָט זאַכער־מאַזאָך געווידמעט ראָמאַנטישע דערציילונגען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גאַליציע און פּוילן. דער שרײַבער האָט זיך באַצויגן צו ייִדן מיט אַ בפֿירושער וואַרעמער סימפּאַטיע. הגם אַ טייל ייִדישע ווערטער זענען אין זײַנע ווערק היפּש פֿאַרפּלאָנטערט און די מעשׂיות ווערן אויסגעפֿלאָכטן מיט ווילדע פֿאַנטאַזיעס וועגן בייזע ייִדישע פֿרויען, וואָס שמײַסן און פּאַטשן זייערע פֿאַרשקלאַפֿטע מענער, בלײַבן זײַנע דערציילונגען אַ וויכטיקער היסטאָרישער אוצר.
דער דאָזיקער שרײַבער האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט דער סתּירותדיקער משיחישער באַוועגונג פֿון יעקבֿ פֿראַנק און אַנדערע אונטערערדישע ייִדישע שטראָמען. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע דערציילער וועגן די ווילדע „אָפּגעפֿאָרענע‟ ייִדן אין דער געשיכטע פֿון וועלט־ליטעראַטור.
אין זײַנע ווערק, ווײַזט זאַכער־מאַזאָך אַרויס אַ לעבעדיקן אינטערעס צו די חסידים, חסידות און קבלה. אינעם יאָר 1857, האָט ער באַזוכט דעם סאַדיגערער רבין. בעת זײַן נסיעה צו דעם רבינס הויף, איז ער אָבער צום מערסטן אַנטציקט געוואָרן פֿון „דער רביצין, די שנירן, די טעכטער און פּלימעניצעס‟. זײַענדיק אַ גרויסער ראָמאַנטישער ליבהאָבער פֿון גאַליציע, האָט ער געגלייבט, אַז דער חסידישער נוסח פֿון ייִדישקייט איז אַ נאַטירלעכער פּראָדוקט פֿונעם מיסטישן גײַסט, וואָס הערשט אינעם דאָזיקן לאַנד.
מסתּמא, וואָלטן אַ סך מענטשן — סײַ אין די „אָפּגעפֿאָרענע‟, סײַ אין די פֿרומע קרײַזן — פֿאַרחידושט דער פֿאַקט, אַז אויף יעדן קאָנצערט פֿונעם „גאָטישן מעטאַל‟ (Gothic metal) און אַנדערע „פֿינצטערע‟ זשאַנערס פֿון מוזיק, באַאײַנפֿלוסט פֿון זאַכער־מאַזאָכס עסטעטיק, קאָן מען טרעפֿן נישט ווייניק מיידלעך, וואָס קומען אָנגעטאָן דווקא אין כּמו־חסידישע לאַנגע טונקעלע קליידער. אַזאַ סטיל ווערט באַטראַכט ווי סעקסועל־צוציִעוודיק צווישן פֿאַרשיידענע יוגנטלעכע סבֿיבֿות, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט דער הײַנטיקער פּאָפּ־קולטור, וואָס עקספּלואַטירט דעם סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿונעם נאַקעטן און הילפֿלאָזן ווײַבערישן גוף. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער השפּעה פֿונעם לעמבערגער קלאַסיקער, איז אַזאַ סטיל, אין אַ געוויסער מאָס, טאַקע היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די אַמאָליקע „היימישע‟ גאַליציאַנער מאָדעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.