ליבע בליט צווישן צוויי מוזיקאַלישע שטערן

Love Blooms between Two Stars of Jewish Music Scene

דזשאָש נעלסאָן און נשמה קאַרלעבאַך
Courtesy of Josh Nelson
דזשאָש נעלסאָן און נשמה קאַרלעבאַך

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published August 28, 2014, issue of September 12, 2014.

אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה פֿון אַ פּרינץ און אַ פּרינצעסין; ביידע — שטערן פֿון דער ייִדישער מוזיקוועלט.

זייערע אָנהענגער האָבן זיי שטאַרק ליב געהאַט; און כאָטש זיי האָבן געזונגען לידער וועגן היילן און אַחדות, האָבן זענען ביידע שוין געווען אַנטוישט אין ליבע, געהאַלטן בײַם גטן זיך און געהאַט ווייניק האָפֿענונג.

מע האָט שוין געשריבן אַ סך וועגן דעם נײַעם מוזיקאַלישן שידוך צווישן נשמה קאַרלעבאַך און דזשאָש נעלסאָן, אָבער וועגן דעם שטילן ראָמאַנס, וואָס האָט זיך צעבליט צווישן זיי — דאָס נישט. זיצנדיק אין אַ קאַפֿע אין פּאַרק־סלאָופּ, ברוקלין איין פֿרײַטיק נאָכמיטאָג, האָט דאָס פּאָרל, סוף־כּל־סוף, מסכּים געווען צו דערציילן אַ ביסל וועגן זייער וואַקסנדיקער ליבע. „מיר פּרוּוון נישט צו ׳ראַטעווען׳ איינער דעם צווייטן פֿון די צרות, — האָט נעלסאָן דערקלערט, — אָבער מיר שטיצן איינער דעם צווייטן ווי ווײַט מעגלעך, און האָפֿן צו שאַפֿן אַ באַציִונג, וואָס איז איידל און אָפֿנהאַרציק.‟

קאַרלעבאַך האָט מיט אַ שמייכל אָנגענומען נעלסאָן בײַ דער האַנט. „כ׳האָב ליב צו הערן ווי דו רעדסט אַזוי,‟ האָט זי באַמערקט. „אַ דאַנק,‟ האָט ער צוריקגעשמייכלט.

קאַרלעבאַך איז די טאָכטער פֿונעם אָרטאָדאָקסישן רבֿ, ר׳ שלמה קאַרלעבאַך ע״ה, וואָס זײַנע לידער האָבן ממש טראַנספֿאָרמירט דעם מוזיקאַלישן רעפּערטואַר פֿונעם טראַדיציאָנעלן דאַווענען.

נעלסאָן איז אַן אָנהענגער פֿון דעבי פֿרידמאַן ע״ה — די קאָמפּאָזיטאָרין, וואָס האָט ממש רעוואָלוציאָניזירט די מוזיק פֿון די תּפֿילות אין די רעפֿאָרם־ און קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס.

אינעם זומער פֿון 2012, אַנדערטהאַלב יאָר נאָך דעם ווי פֿרידמאַן איז ניפֿטר געוואָרן, האָט די „וועקסנער־פֿונדאַציע‟ געבעטן נעלסאָן צו פּראָדוצירן אַ קאָמפּאַקטדיסק אין פֿרידמאַנס אָנדענק. ווי אַ לאַנג־יאָריקער אָנהענגער פֿון נשמה קאַרלעבאַך, האָט ער אָנגעקלונגען דער זינגערין און זי געפֿרעגט, צי זי וואָלט געווען גרייט צו זינגען אויפֿן „סי־די‟. זיי האָבן געשמועסט אַ ביסל וועגן מוזיק, און קאַרלעבאַך האָט זיך נאָכגעפֿרעגט נאָך זײַן פֿרוי.

ער האָט איר געענטפֿערט, אַז צום באַדויערן, האַלטן זיי בײַם גטן זיך, און נשמה האָט, אַ פֿאַרחידושטע, געזאָגט: „אַ מאָדנער צופֿאַל… דאָס זעלבע בײַ מיר.‟

זיי האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ טעפּל קאַווע און ס׳האָט זיך צעבליט אַ פֿרײַנדשאַפֿט.

בעת איר טאַטע האָט געלעבט, האָט נשמה קאַרלעבאַך פֿון צײַט צו צײַט אויפֿגעטראָטן מיט אים. אָבער נאָך זײַן טויט אין 1994, ווען זי איז געווען 20 יאָר אַלט, האָט זי 18 יאָר לאַנג אַליין אויפֿגעטראָטן, אַפֿילו בעת זי האָט געשוואַנגערט און שפּעטער — צוזאַמען מיט איר עופֿעלע.

ווען איר צוזאַמענלעבן מיט איר מאַן איז זיך צעפֿאַלן, איז עס פֿאַר איר געווען אַ גרויסער קלאַפּ, און זי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון דער מוזיקוועלט. „כ׳האָב געזאָגט, אַז איך וועל זיך שוין מער נישט פֿאַרליבן — אַ זעלטענע זאַך פֿאַר אַ קאַרלעבאַך,‟ האָט זי באַמערקט.

אין האַרבסט 2012 האָבן קאַרלעבאַך און נעלסאָן אָנגעהויבן זיך טרעפֿן אויף ראַנדקעס. נעלסאָן האָט זי געפּרוּווט איבערצײַגן זיך אומצוקערן אויף דער בינע. „פֿאַרגעס נישט ווער דו ביסט,‟ האָט ער איר אָנגעזאָגט.

צו־ביסלעך, האָט זי ווידער אָנגעהויבן אויפֿטרעטן. אין 2013 האָבן זיי אויפֿגעטראָטן אין אַ קאָנצערט אין איינעם. בײַם סוף פֿונעם קאָנצערט האָבן זיי געזונגען איין ליד פֿון שלמה קאַרלעבאַך, און אַ צווייטס פֿון דעבי פֿרידמאַן.

„איך האָב זיך ממש צעוויינט און באַדאַנקט דזשאָש פֿאַר האָבן מיך געמוטיקט ווידער צו זינגען,‟ האָט קאַרלעבאַך געזאָגט. „כ׳האָב זיך דעמאָלט געכאַפּט, אַז מיר ביידע זענען מסוגל צו פֿאַראייניקן דאָס ייִדישע פֿאָלק דורך געזאַנג.‟

זיי האָבן ווײַטער אויפֿגעטראָטן אין איינעם איבער אַמעריקע און אין אויסלאַנד, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ און אויפֿן באַרג „מאַונט פֿודזשי‟ אין יאַפּאַן.

אין דעצעמבער 2013 האָט קאַרלעבאַך אויפֿגעטראָטן מיט נעלסאָן אויפֿן אַלגעמיינעם צוזאַמענפֿאָר פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין סאַן־דיעגאָ, און דאָרט האָט זי געמאָלדן, אַז זי שליסט זיך אָן אין דער רעפֿאָרם־באַוועגונג צוליב איר „פּלוראַליזם‟. איר באַשלוס האָט אויפֿגעבראַכט אַ טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, אָבער מע האָט דעמאָלט נישט געוווּסט, אַז זי און נעלסאָן זענען אַ פּאָר.

עד־היום וווינט זיי ווײַטער אין באַזונדערע דירות און פֿאָרן אויף באַזונדערע טורן. אָבער זיי זעען זיך אָפֿט און אַרבעטן אינעם זעלבן רעקאָרדיר־סטודיאָ אין ניו־יאָרק. אין די סוף־וואָכן פֿאַרברענגען זיי אין איינעם, צוזאַמען מיט זייערע קינדער פֿון די פֿריִערדיקע חתונות.

זיי ווייסן ביידע, אַז די ראָמאַנסן פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן ענדיקן זיך נישט תּמיד גוט. אָבער זיי האָפֿן, אַז דאָס מאָל וועט דער סוף זײַן אַ פֿריילעכער.