ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

יונגע ייִדן און קריסטן זאָגן אין איינעם אַן עקומענישע תּפֿילה פֿאַר שלום, בעת זייער 18טער יערלעכער טרעפֿונג אין בוענאָס־אײַרעס
יונגע ייִדן און קריסטן זאָגן אין איינעם אַן עקומענישע תּפֿילה פֿאַר שלום, בעת זייער 18טער יערלעכער טרעפֿונג אין בוענאָס־אײַרעס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 28, 2014, issue of September 26, 2014.

אויפֿטרעטן פֿון פּראָפֿ׳ מאַריאָ שנײַדער

פּראָפֿעסאָר ד״ר מאַריאָ שנײַדער איז דער אָנפֿירער פֿון דער קאַטעדרע „לעאָן בלום‟, פֿון דעפּאַרטאַמענט פֿאַר פּאָליטישע װיסנשאַפֿטן בײַ דעם ירושלימער אוניװערסיטעט. ער איז אויך אַ פֿאָרשער אינעם „טרומאַן־אינסטיטוט‟ בײַ דעם זעלביקן אוניװערסיטעט. שנײַדער געפֿינט זיך אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ ער איז אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט.

דאָנערשטיק, דעם 21סטן אויגוסט האָט ער רעפֿערירט אין „בני־ברית‟ װעגן „ישׂראל — פֿאַר װאָס און װוּהין‟, װוּ ער האָט דערקלערט וועגן דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין עזה, און דער עולם האָט ביז שפּעט בײַ נאַכט געשטעלט פֿראַגעס, װאָס דער לעקטאָר האָט באַריכות געענטפֿערט.

מאָנטיק, דעם 25סטן האָט ער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין דעם אוניװערסיטעט „3 דע פֿעברעראָ‟ אויף דער טעמע, „ישׂראל און אינטער־איסלאַמישע קאָנפֿליקטן אין מיטעלן מיזרח‟, װוּ ער האָט אַנאַליזירט די פּאָליטישע קאָניוקטורן אין די אַראַבישע לענדער און זייערע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל.

דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָט מען פֿאָרגעשטעלט אינעם „אוניװערסיטאַרן צענטער פֿאַר סאָציאַלע שטודיעס‟ זײַן בוך, װאָס ער האָט געשריבן מיט פּראָפֿ׳ ליפּע ראָניגער װעגן פּאָליטיק פֿון באַפֿעלקערונג-פֿאַרטרײַבונג (גלות און אונטערדריקונג) אין לאַטײַן־אַמעריקע, װוּ די מחברים אַנאַליזירן אָרעמקייט און דיקטאַטאָרישע אויפֿפֿירונגען מצד די לאַטײַן-אַמעריקאַנער רעזשימען.


טרעפֿונגען פֿון ייִדן און קריסטן לטובֿת דעם שלום

דעם 17טן און דעם 18טן אויגוסט זײַנען פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס די 18טע צװישן־רעליגיעזע טרעפֿונגען פֿאַר שלום, װוּ הונדערטער יוגנטלעכע פֿון אַרגענטינע און אורוגװײַ, ייִדן און קריסטן, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מיטן ציל זיך צו לערנען איינער פֿונעם אַנדערן, שמועסן אויף געמיינזאַמע טעמעס, און דורכפֿירן עקומענישע תּפֿילות פֿאַרן שלום.

די טעמע פֿון דעם צוזאַמענקום איז הײַיאָר געװען „װאָס הייסט אַ משפּחה הײַנט פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט?‟. ראַבינערס און קריסטלעכע גײַסטלערס האָבן געהאַלטן לעקציעס; אָנטיילנעמער האָבן דערציילט וועגן זייערע דערפֿאַרונגען אין זייערע טאָג־טעגלעכע טעטיקייטן, װאָס שײך דעם ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג, און די משפּחה איז געשטאַנען אין צענטער פֿונעם צוזאַמענקום.

די אורוגװײַער דעלעגאַציע האָט דערציילט װעגן זייער באַזוך אין ישׂראל, און אין די אָװנט־שעהען האָבן די באַטייליקטע זיך פֿאַרװײַלט מיט געזאַנג, צוגעפּאַסטע פֿאָרשטעלונגען און אַנעקדאָטן, װאָס האָבן געשאַפֿן אַ חבֿרישן קלימאַט.


„דאַיאַ‟: אַן אַנטיסעמיטישער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט

די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט קעגן אַדריאַן סאַלבוטשין, אַ זשורנאַליסט, װאָס האָט אין זײַן טעלעװיזיע־פּראָגראַם „אויפֿגעװיזן, אַז דער ייִשובֿ, דער ציוניזם און די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אַ פּלאַן צו פֿאַרכאַפּן די װעלט; אַז די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, װאָס האָבן פֿאַרענדיקט זייער מיליטערישע דינסט, דרייען זיך אַרום אין דרום־אַמעריקע און זײַנען שפּיאָנען פֿאַר דער ראַסיסטישער מדינה, און אַז אויב די גאַנצע װעלט האָט פֿאַרפֿאָלגט ייִדן במשך צװיי טויזנט יאָר, איז די גאַנצע װעלט מסתּמא גערעכט‟.

נאָך דעם װי די „דאַיאַ‟ האָט אים אָנגעקלאָגט אין געריכט, האָט סאַלבוטשי דערקלערט, אַז „נאָך אַ מאָל האָט דער אינטערנאַציאָנאַלער ציוניזם אים צענזורירט, און אַז דאָס איז אַ פֿאַרברעכן קעגן דער פֿרײַער פּרעסע‟.


חורבן־מוזיי באַזאָרגט וועגן וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם

דער פֿאָרזיצער פֿונעם חורבן־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס האָט אויסגעדריקט זײַן זאָרג פֿאַר דער אַנטיסעמיטישער כװאַליע, װאָס האָט זיך פֿאַרשטאַרקט אין לאַנד בעת דעם קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח. דערװײַל, האָט ער דערקלערט, האָט די דערציִונג נאָך ניט דערגרייכט איר ציל, כאָטש אַ סך איז אויפֿגעטאָן געװאָרן אויף דעם פֿעלד. מען דאַרף נאָך אַ סך אַרבעטן אויף צו באַקעמפֿן דעם פֿיראורטייל קעגן ייִדישן פֿאָלק. דער מוזיי פֿירט דורך זייער אַ װיכטיקע און פֿאַרצװײַגטע אַרבעט אין די אוניװערסיטעטן און שולן, אין דער אַרמיי און אין דער פּאָליציי.


טאָפּלטע לאָיאַלקייט

די אַרגענטינער רעגירונג, װאָס האָט זיך אָנגענומען די קריװדע פֿאַר אַן אַרגענטינער גלח אין עזה, און געפֿאָדערט בײַ די ישׂראלדיקע אויטאָריטעטן צו פֿאַרטיידיקן די אַרגענטינער װאָס לעבן דאָרט, האָט גאָר נישט געזאָגט װעגן דעם טויט פֿונעם 4־יאָריקן דניאל טרעגערמאַן, װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבן, אַן אייניקל פֿון די אַרגענטינער.


רעפֿעראַט וועגן די סירישע ייִדן אין אַרגענטינע

אין דעם ציקל לעקציעס װעגן ספֿרדים אין אַרגענטינע, האָט שושנה בראַונער רעפֿערירט וועגן דער געשיכטע פֿון די סירישע ייִדן און זייער אײַנגלידערונג אין דעם װירטשאַפֿטלעכן לעבן פֿון לאַנד. זי האָט ספּעציעל זיך אָפּגעשטעלט אויף דער געשיכטע פֿון די משפּחות טעובאַל און סעטאָן, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, װאָס שטיצן כּסדר קולטור און רעליגיעזע אינסטיטוציעס אין לאַנד. ביידע משפּחות שטיצן אויך דעם ייִװאָ און אַנדערע אַשכּנזישע אינסטיטוציעס. די לעקציע איז פֿאָרגעקומען דינסטיק דעם 26סטן אויגוסט אין דער געמיינדע „עמנואל‟.


אַ לעקציע אין ייִוואָ וועגן קערפּער

דער ייִדיש־טיש אין ייִװאָ־קאַפֿע מאָנטיק, דעם 25סטן אויגוסט, איז געװען געװידמעט דעם קערפּער. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט אַרײַנגעפֿירט די טעמע מיט בײַשפּילן פֿון דער קבלה, די ייִדישע ליטעראַטור און באַרײַכערט דעם װאָקאַבולאַר פֿון די אָנװעזנדיקע מיט ווערטער, שפּריכװערטער און פֿראַזעאָלאָגיע.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.