אַ היסטאָרישער לאָך אין קאָפּ

A Historical Gap in Their Memory


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published August 29, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נאָר כּדי צו דערמאָנען אונדזערע לײענער די גרײס פֿון דער טראַגעדיע, ברענג איך איצט אַ פּאָר ציפֿערן. נאָר אין באָהעמיע, װוּ די מלחמה האָט זיך אָנגעהױבן, זײַנען חרובֿ געוואָרן 20 טױזנט ייִשובֿים, און זײערע תּושבֿים זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן. פֿון זעכצן מיליאָן דײַטשן אין יאָר 1618 זײַנען אין 30 יאָר אַרום געבליבן נאָר זעקס מיליאָן.

אַפֿילו אין אונדזערע ברוטאַלע צײַטן, װען אין איראַק און סיריע װערן יעדן טאָג דערהרגעט טױזנטער ציװילע בירגער, זעען הײַנט אױס די טרױעריקע רעזולטאַטן פֿון יענער „דײַטשישער‟ טראַגעדיע גאָר שרעקלעך — ביז צען מיליאָן דײַטשן זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן. די דאָזיקע נאַציאָנאַלע טראַגעדיע, אָבער, איז ניט פֿאַרצײכנט געװאָרן אינעם קאָלעקטיװן „דײַטשישן זכּרון‟, נאָר פֿאַרקערט, זי האָט גורם געװען אַ קאָלעקטיװן נקמה־דאָרשט, װעלכער האָט אין משך פֿון דרײַ הונדערט יאָר געהאַלטן אין אײן װאַקסן, און צום סוף, זיך אױסגעגאָסן אױף אַנדערע פֿעלקער, איבער הױפּט, אױפֿן ייִדישן פֿאָלק.

די לעצטע אַנטיסעמיטישע דעמאָנסטראַציעס אין דײַטשלאַנד האָבן מיך דערשראָקן און אומגעקערט צום געדאַנק פֿון דער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער אַמנעזיע. װער האָט געקענט טראַכטן, אַז די דײַטשישע רעגירונג װעט דערלאָזן און דערלױבן די פֿאַרטשאַדעטע דעמאָנסטראַנטן אַרױסצוגײן אױף די גאַסן מיט די לאָזונגען, װעלכע דערמאָנען די „שײנע‟ בילדער פֿון דער „קרישטאָלנאַכט‟, דהײַנו: „היטלער (ייִמח שמו וזכרו) איז געװען גערעכט!‟, „ייִדן — אין די גאַז־קאַמערן!‟, „טױט די ייִדן!‟, „זאָל פּגרן ישׂראל!‟…

די אימפּאָטענטישע קרעכצן פֿון דער דײַטשישער רעגירונג און די אָפֿיציעלע פּאָליצײ־באַאַמטע האָבן געבראַכט צו אַ סיטואַציע, װען די ייִדן פֿון אַ טײל דײַטשישע שטעט האָבן מורא אַרױסגײן אין דרױסן. דאָס מורמלען װעגן דער „פֿרײַהײט פֿון אַרױסזאָגן אַ מײנונג‟ איז אין דעם פֿאַל געגליכן צו אַ הסכּם מיט די ברוטאַלע אַנטיסעמיטישע טאַטן, װײַל דװקא די דאָזיקע רעגירונג האָט אױפֿגעכאָװעט און דערצױגן דעם נײַעם דור שׂונאי־ישׂראל, װעלכע פֿײַפֿן זיך אױס סײַ אױף די טרױעריקע זײַטלעך פֿון דער דײַטשישער געשיכטע און סײַ אױף די געזעצן פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד; די שׂינאה צו ייִדן שטײט בײַ זײ העכער פֿון די געזעצן.

די לעצטע דעמאָנסטראַציעס אין דײַטשלאַנד מיט זײערע מענטשנפֿרעסערישע אױפֿרופֿן און דראָונגען, מאַכן אַן אײַנדרוק, אַז אין אײראָפּע איז פּאַמעלעך אױפֿגעװאַקסן אַ דור מענטשן מיט אַ לאָך אין קאָפּ, דורכן װעלכן עס רינען אַרױס די רעשטלעך היסטאָרישן װײטיק און זכר. װאָס קען שױן בלײַבן אין אַזאַ מין קאָפּ?… גאָרניט, אַחוץ דער „גוט טעמפּערירטער‟ שׂינאת־ישׂראל. עס װײַזט אױס, אַז אַ פֿעסטער היסטאָרישער זכּרון פֿאָדערט אַ װײטיקדיקע קאָלעקטיװע פֿאַרגאַנגענהײט, אַזױ װי בײַ די אַרמענער, אָדער װי בײַ די ייִדן… אין אײראָפּע, אָבער, האָט מען זײער גיך פֿאַרגעסן, אַז דאָס אַכזריותדיקע קאָלעקטיװע האַרץ איז טאַקע אַ רעזולטאַט פֿון אַ היסטאָרישן לאָך אין קאָפּ.