ווערטער קענען וויי טאָן

Words Can Indeed Harm You


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 29, 2014, issue of September 26, 2014.

יעדער איינער פֿון אונדז האָט נישט איין מאָל אַדורכגעמאַכט אויף דער אייגענער הויט יענעמס אַ שטאָך־וואָרט, אַ בייזע פֿראַזע, אַן אויסדרוק וואָס זאָגט יענעם אַרײַן אין דער זיבעטער ריפּ, און פֿאַרשאַפֿט יענעם צער, פֿאַרדרוס און דאָס טליִעט אַ צײַט לאַנג אין האַרצן.

איך גיי שוין נישט אַרײַן אין די משפּחה־סכסוכים, וואָס זײַנען געגליכן צו אַ זייגער מיט צעבראָכענע ווײַזערס. איך וועל בעסער אילוסטרירן אַ פּאָר מאָמענטן אין מײַן לעבן וואָס האָבן טאַקע אָפּגעטאָן שאָדן מײַנעטוועגן, דווקא מיט גינסטיקע רעזולטאַטן.

איין אַזאַ מאָמענט האָט זיך אָפּגעשפּילט טאַקע אין ישׂראל, ווען עס האָט זיך אָפּגעזוכט אַ ייִד אַ מיליאָנער, וועלכער איז געווען גרייט אײַנצולייגן אַ מיליאָן דאָלער אויף צו שאַפֿן אַ ייִדיש־קאַטעדרע תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט.

מיר זײַנען אַלע געווען גליקלעך. צווישן די גליקלעכע האָבן זיך געפֿונען פּראָפֿעסאָרן, דעקאַנען און סתּם ייִדישיסטן. איך בין דעמאָלט געווען פֿאַרנומען מיט מײַן בנימעלען, וואָס איז מיר נאָכגעקראָכן פֿוסטריט. ער איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין ישראל.

אין אונדזער זיץ־צימער האָט זיך אָפּגעשפּילט אַ ווענד־פּונקט וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט אַזאַ העכסט וויכטיקער אונטערנעמונג — איין קלייניקייט, אַ ייִדיש־קאַטעדרע אין תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט. מיר האָבן ממש געיום־טובֿט.

אין מיטן דער שׂמחה הייבט זיך אויף מײַנס אַ גוטע פֿרײַנדינע און אַנאָנסירט פֿאַר אַלעמען אין די אויגן:

„אָבער מרים וועט דאָרט נישט קענען פֿירן קיין קורסן, זי האָט נאָך נישט די געהעריקע דיפּלאָמעס!”

איך בין געבליבן שטיין פּריטשמעליעט. וואָס איז דאָס פֿאַר אַ ברוך הבא, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט? און נאָך דערצו פֿון אַ נאָענטער פֿרײַנדינע, אַ בוזעם־פֿרײַנד. איר זאָג האָט גאָרנישט געהאַט קיין שײַכות מיט דער דיסקוסיע אַרום.

פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם, אָבער איך האָב זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ שווער געמיט, ביז מיר זײַנען צוריקגעקומען קיין אַמעריקע.

זעט אויס, אַז דער זאָג האָט מיך געטראָגן צוריק אין אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב זיך דאָראָבעט צום צווייטן באַקאַלאָריאַט. דער ערשטער איז געקומען פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר, און פֿון דעמאָלט אָן בין איך אַרײַן אין קאָלומביע אוניווערסיטעט אין פּאָסט־גראַדויִר־פּראָגראַם און גענומען אַרבעטן אויף מײַן מאַגיסטער און דאָקטאָראַט.

און דאָ קום איך צום רעכטן־געדעכטן. העלפֿט גאָט און די ייִדיש־פּראָגראַם איז געווען באַזעצט פֿון אַ פּאָר פּראָפֿעסאָרן וואָס ייִדיש ווי אַ שפּראַך איז זיי געלעגן אין דער לינקער פּיאַטע. פֿאַרקערט, זיי זײַנען בכלל נישט געווען פאַראינטערעסירט אין אויפֿבויען אויפֿסנײַ אַ ייִדיש־קאַטעדרע נאָך דער פּטירה פֿון אוריאל ווײַנרײַכן. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז איינער פֿון זיי האָט פֿײַנט געהאַט זײַן מאַמען וועלכע האָט גערעדט לויטער ייִדיש, דער צווייטער ווידער איז געווען אַן ישׂראלי, געמאַכט אַ לעבן פֿון לערנען ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש, אָבער די שפּראַך אַליין איז אים ווייניק וואָס אָנגעגאַנגען.

ער איז אויך געווען גענייגט צו פֿאַרזיכערן די דאָקטאָראַטן דעם מענערישן מין; עפּעס האָט אים געשטערט צו אַנערקענען דעם ווײַבלעכן מין — אפֿילו די פֿעיִקסטע פֿון זיי. ער איז טאַקע געווען איינער פֿון אַ קנאַפּן קאָמיטעט, וואָס האָט פֿאַרמאָגט די מאַכט סײַ צו אַנערקענען און סײַ צו בראַקירן די דאָקטאָראַטן.

האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז אין די אַכציקער יאָרן זײַנען מיר געווען געווען אין זעלבן עלטער, קוים אַריבער די פֿערציקער. איך האָב דערווײַל פֿאַרענדיקט אַלע מײַנע גראַדויִר־קורסן און געהאַלטן בײַם מינדלעכן עקזאַמען.

פֿאַרהאַלט מיך דער פֿויגל נאָך די קלאַסן און דערלאַנגט מיר אַזאַ פּאָרציע:

„הער מיך אויס, טײַערינקע! איך בין איינער, וואָס וועט בײַזײַן בײַ די מינדלעכע עקזאַמענס ווען עס וועט זיך האַנדלען וועגן דײַן דאָקטער־טיטל, דעריבער וואָרן איך דיך אין פֿאָרויס אַז איך פּערזענלעך וועל דיך נישט צולאָזן, איך וועל דיך פּערזענלעך צעקאַליעטשען, איך וועל דיר שטערן, כאָטש דײַן אַרבעט איז ערשטקלאַסיק, אָבער דו ביסט צו אַלט. דו וועסט קיין מאָל נישט באַקומען קיין שטעלע אין קיין איין אוניווערזיטעט אין לאַנד, קיינער וועט דיך נישט צולאָזן צו דער לערערײַ. ווייסט פֿאַרוואָס? ווײַל מען זוכט בלויז יונגע דאָקטאָראַטניקעס.‟

איך בין געבליבן זיצן ווי מ’וואָלט מיר דערלאַנגט מיט אַ דובינע איבערן קאָפּ, געפּלעפֿט און פֿאַרגליווערט, איך האָב זיך באַגאָסן מיט טרערן. אַ פּראָפֿעסאָר זאָל זיך דערלויבן צו רעדן אַזוינע דיבורים צו זײַנער אַ סטודענטקע? ווי איז דאָס געהערט געוואָרן. נאָך דערצו אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור?

אָבער דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. דער גורל האָט מיר דעמאָלט צוגעשפּילט צום גוטן, און ווען דער רוף צו דער שטעלע פֿון ייִדישער לערערײַ איז אויפֿגעקומען אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָב איך זיך דווקא נישט געוואָלט צושטעלן. אַ חבֿרה יונגע דאָקטאָראַטניקעס האָבן זיך צוגעשטעלט אָבער נישט איך.

ביז מײַן מענדל האָט מיך גענומען אויפֿן צימבל:

„וואָס ביסטו משוגע, צי חסר דעה? מענטשן וואָלטן אַוועקגעגעבן זייער רעכטע האַנט צו באַקומען אַזאַ שטעלע, און דו ברעקלסט זיך? קלינג צוריק און זאָג זיי דו האָסט זיך איבערגעקלערט און וועסט יאָ זיך צושטעלן צום אינטערוויויִר־קאָמיטעט.”

אַזוי האָב איך געטאָן מיט אַ ציטערדיק האַרץ. מײַן דערפֿאַרונג איז געווען אויף פֿאַרשיידענע געביטן, צווישן זיי — ייִדיש־טעאַטער, מײַן וועכנטלעכן רובריק אין פֿאָרווערטס, מײַן מיטאַרבעט מיטן ייִדישן אַקטיאָר און קאָמיקער שמעון דזשיגאַן אויף דער ערשטער ייִדישער טעלעוויזיע־פּראָגראַם אין ישׂראל, מײַנע ראַדיאָ־פּראַגראַמען אויף דער סטאַנציע „דאַבליו־אי־ווי־די‟ אין ניו־יאָרק, מײַנע ייִדיש־קורסן אין אָקספֿאָרד און ווילנער אוניווערסיטעט…

ווי נאָר איך בין אַהיימגעקומען אַזוי האָט דער טעלעפֿאָן געקלונגען און מיר מודיע געווען, אַז איך האָב די שטעלע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.

אין די לאַנגע יאָרן פֿון מײַן לערערײַ מיט פֿולע קלאַסן אויף דרײַ מדרגות ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער, טרעף איך זיך צומאָל אויף זיצונגען מיטן ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר, וואָס האָט מיך מיט יאָרן צוריק אָפּגעוואַשן מיט זײַנע ברוטאַלע רייד.

מיר זיצן ביידע אַרום דעם זעלבן טיש בײַ לערער־זיצונגען און איך חלש מיט אים צו כאַפּן אַ שמועס. קום איך איין מאָל צו פֿרי צו דער לערער־פֿאַרזאַמלונג און טרעף זיך אָן אין אים. די פּראָפֿעסאָרן זײַנען קיין מאָל נישט געקומען אין צײַט. ווענדט איך זיך צו אים:

„חבר זיסער, צי געדענקט איר ווי אַמאָל מיט יאָרן צוריק האָט איר מיך אַזוי באַליידיקט?‟

„ווי אַזוי?‟ האָט ער זיך געמאַכט כּלא־ידע.

„איר האָט מיר געזאָגט, אַז איר וועט מיך פּערזענלעך דערהרגענען ווען עס וועט קומען צום מינדלעכן עקזאַמען.‟

„איך האָב אַזוי געזאָגט?‟ האָט ער זיך געמאַכט נישט וויסנדיק.

„און אַז קיין איין אוניווערסיטעט וועט מיך נישט צונעמען און געבן אַ שטעלע אין ייִדישער לערערײַ…‟

„אַזוי האָב איך געזאָגט?‟ האָט ער זיך געווישט דעם שווייס פֿון שטערן מיט אַ טאַשן־טיכל.

איך האָב צו זיך געשמייכלט און געטראַכט, אַז פֿון זײַן רשעות איז אַרויסגעקומען אַ גם זו לטובֿה.

צוליב וואָס האָב איך דערמאָנט די ווערטער וואָס האָבן מיר שיעור נישט אָפּגעטאָן גרויס שאָדן? די טעג בין איך שיעור נישט באַגאַנגען אַליין אַ שטיקעלע עוולה קעגן אַן אומשולדיקן מענטשן און שיעור, שיעור אים נישט באַליידיקט אין איינעם פֿון מײַנע אַרטיקעלעך.

געלויבט צו גאָט וואָס מיר פֿאַרמאָגן אַ גוטן רעדאַקטער אין ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, וועלכער האָט מיר אויפֿמערקזאַם געמאַכט אויף אַ זאָג וואָס וואָלט יענעם געקאָסט אַ שטיק געזונט און מיר אַן עגמת־נפֿש. האָט ער אויסגעמעקט דעם זאָג און מיך באַפֿרײַט פֿון אַרומטראָגן זיך מיט אַ שולד־געפֿיל.

ווײַל ווערטער טוען וויי, און מיר אַלע זײַנען געפּענטעט אין זיי.