לאָס־אַנדזשעלעס. — די מוזיק וואָס האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַרײַנגעבראַכט אַזאַ גרויסן עולם אינעם לאָס־אַנדזשעלעסער „סקירבאָל קולטור־צענטער‟ — ייִדיש טאַנגאָ — איז, אין דער אמתן, אַ פּאָפּורי פֿון מוזיקאַלישע סטילן, תּקופֿות און לענדער.
דאָס געמיש פֿון אַפֿריקאַנער ריטמען און ייִדישער קלעזמער־מוזיק האָט ממש געצוווּנגען די צוהערער זיך אויפֿצוהייבן פֿון זייערע ערטער און זיך באַוועגן צום טאַקט.
פֿאַר גוסטאַוואָ בולגאַטש, דער 47־יאָריקער פֿירער פֿון דער קאַפּעליע Yiddish Tango Club, וואָס האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם יענעם אָוונט, רופֿט די מוזיק אויך אַרויס זכרונות פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין בוענאָס־אײַרעס אין די 1970ער און 80ער יאָרן. ווי אַ קינד פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן און אַן אייניקל פֿון אַ פֿאַרברענטן „חסיד‟ פֿון ייִדישער מוזיק, איז בולגאַטש דערצויגן געוואָרן, הערנדיק ייִדישע פֿאָלקסלידער און ניגונים.
אין דער זעלבער צײַט האָט ער אויך שטענדיק געהערט דעם טאַנגאָ. „אין בוענאָס־אײַערס איז טאַנגאָ נישט בלויז אַ מין מוזיק; ס׳איז אַ זאַך, וואָס מע אָטעמט ממש אײַן,‟ האָט ער געזאָגט.
די טאַנגאָ־מוזיק איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַרגענטינע, אינעם סוף־19טן יאָרהונדערט, בײַ די ערשט־געקומענע אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, אַ סך פֿון זיי — ייִדן.
ווען די ייִדישע מוזיקער האָבן זיך אויסגעלערנט שפּילן טאַנגאָ, האָבן זיי צוגעגעבן עלעמענטן פֿון זייער אייגענער מוזיק־געשיכטע, און דערבײַ געשאַפֿן נײַע טאַנגאָס אויף ייִדיש. מאַקס זאַלקינד, למשל, האָט קאָמפּאָנירט טאַנגאָס סײַ אויף ייִדיש („אָדעסער מאַמע‟), סײַ אויף שפּאַניש (“Mi Quinta in Castelar”).
די טאַנגאָ־מוזיק איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע סענסאַציע, און בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע. לויקאַ צאַקיש, אַ מוזיקערין, וואָס האָט פּרטימדיק געפֿאָרשט די געשיכטע פֿון ייִדישן טאַנגאָ, האָט אין אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון די „אָרט‟־שולן, געשריבן, אַז „פּוילן איז גיך געוואָרן איינע פֿון די קרוינשטעט פֿון אייראָפּעיִשן טאַנגאָ אין אַ צײַט, ווען ס׳רובֿ פֿון אירע מוזיקער זענען געווען ייִדן‟.
ווי אַ פּועל־יוצא זענען אַרגענטינע, מיזרח־אייראָפּע און אַפֿילו אַמעריקע, שטאַרק באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿונעם ייִדישן טאַנגאָ. אין איין טרויעריק־באַרימטער פֿוסנאָטע צו דער געשיכטע, האָבן אַפֿילו די נאַציס געמוטיקט די ייִדישע „לאַגערן־קאַפּעליעס‟ צו שפּילן טאַנגאָ. פּאָל צעלאַנס באַרימט ליד וועגן די קאָנצענטראַציע־לאַגערן — „טויט־פֿוגע‟ — האָט לחתּחילה געהייסן „טויט־טאַנגאָ‟.
בולגאַטשס אויסטײַטשונג פֿון ייִדישן טאַנגאָ נעמט אַרײַן די טראַדיציאָנעלע עלעמענטן פֿון קלעזמער־מוזיק, אָבער ניצט דעם אַרגענטינער נוסח פֿונעם אַקאָרדיאָן — דער באַנאָנעאָן.
בולגאַטש זאָגט, אַז די ייִדישע טאַנגאָ־מוזיק איז לעצטנס צוריקגעקומען אין דער מאָדע. אויף ס׳רובֿ קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק אין אַרגענטינע שליסן די מוזיקער אײַן אַ ייִדישן טאַנגאָ אינעם רעפּערטואַר. דערצו האָבן זיך לעצטנס באַוויזן עטלעכע דאָקומענטאַר־פֿילמען אויף דער טעמע, און מע הערט שוין ייִדישע טאַנגאָ־מוזיק אין אַ צאָל שטעט איבער אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע.
„טאַנגאָ איז ענלעך צו די ׳בלוז׳,‟ האָט בולגאַטש באַמערקט. „ס׳איז אַ געוויסער צוגאַנג צום לעבן — מיסטעריעז, עקסאַטיש און אָן גרענעצן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.