פּרץ איז אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור װי אײנער פֿון די סאַמע טיפֿע און אָריגינעלע אױסטײַטשער פֿון חסידות. פֿון דעסטוועגן, איז ער געבױרן געװאָרן אין אַ מתנגדישער משפּחה אין דער פּױלישער שטאָט זאַמאָשטש, װאָס האָט געהאַט שטאַרקע משׂכּילישע טראַדיציעס. אינעם רעאַלן לעבן איז פּרצעס באַציִונג צו חסידים, זײערע רביים און זײער פּאָליטיק, כּסדר געװען קריטיש. װי אַ פּאָזיטיװיסט, האָט ער געהאַלטן חסידות פֿאַר אַ מניעה אױפֿן װעג צו פּראָגרעס. אָבער װי אַ קינסטלער האָט ער געפֿונען אין חסידישע געשטאַלטן אַן אײגנאַרטיקן חן.
דאָס נײַע בוך „פּערל באַהאַלטן אין זאַמד‟ פֿון ניחם רוס באַהאַנדלט דרײַ װיכטיקע חסידישע מעשׂיות פֿון פּרץ: „אױב נישט נאָך העכער‟, „צװישן צװײ בערג‟ און „דאָס בלאָנדזשען אין מדבר‟. דער מחבר, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון בן־גוריון־אוניװערסיטעט אין באר־שבֿע, מאַכט אַ פּרטימדיקן פֿאַרגלײַך צװישן דעם ייִדישן און דעם העברעיִשן נוסח פֿון יעדער מעשׂה און פֿאָרשט זײערע מקורים אין דער חסידישער ליטעראַטור. ער אַנאַליזירט די שינוים, װאָס פּרץ האָט אַרײַנגעבראַכט אין פֿאַרגלײַך מיט די מקורים, און אַנטפּלעקט זײער קינסטלערישן און אידעאָלאָגישן באַטײַט.
פּרצעס באַציִונג צו חסידות, שרײַבט רוס, האָט זיך געענדערט איבער די יאָרן. אין אָנהײב פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין די 1890ער יאָרן איז ער געװען געשטימט סקעפּטיש לגבי מיסטיק, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ פּראָדוקט פֿונעם אָפּגעשטאַנענעם מצבֿ פֿון אָרעמע ייִדישע מאַסן. דאָס זעט מען למשל אין דער מעשׂה „די מקובלים‟. אָבער אַרום 1900 איז פֿאָרגעקומען אַ קער אין זײַן װעלטבאַנעם. פּרץ האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, װאָס האָט כּולל געװען ניט נאָר פֿאָלקסלידער, נאָר אױך חסידישע מעשׂיות. אזױ אַרום האָבן זיך אױסגעשטאַלטיקט זײַנע בעסטע דערצײלערישע ציקלען, „חסידיש‟ און „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן‟.
אין חסידות האָט פּרץ געשאַצט, קודם־כּל, די אָריגינעלע עלעמענטן פֿון פֿאָלקסשאַפֿונג, דאָס פּשטות און מאָראַלישע פּרינציפּן, װאָס ער האָט פֿאַרגליכן מיטן ראַציאָנאַליזם פֿון דער השׂכּלה און דעם פֿאָרמעלן הלכישן לעגאַליזם פֿון מתנגדים. זײַנע באַליבטע העלדן זײַנען געװען פּשוטע חסידים, װאָס האָבן געדינט אי װי פּערסאָנאַזשן, אי װי דערצײלער אין זײַנע מעשׂיות. דװקא אַזאַ מין „נאַיִװע‟ דערצײלערישע שטים פֿון אַ פּראָסטן חסיד איז געװען פּרצעס װיכטיקער קינסטלערישער חידוש, װאָס איז געװאָרן אַ סימן־מובֿהק פֿון זײַן מאָדערניסטישן סטיל.
אין זײַן דראַמע „די גאָלדענע קײט‟, האָט פּרץ געשאַפֿן אַ מער קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגישע געשטאַלט פֿון אַ צדיק, װאָס האָט ניט גענוג כּוחות מקײם צו זײַן זײַן שליחות צו ברענגען גאולה צו זײַן פֿאָלק. דאָס איז געװען אַ נײַער קוק אױף חסידות װי אַ משיחיסטישע באַװעגונג, װאָס זאָל ראַטעװען ייִדן פֿונעם קריטישן מצבֿ פֿון דער מאָנערנער װעלט. אַזױ אַרום, באַמערקט רוס, האָט פּרצעס שאַפֿונג אין די 1900ער יאָרן בולטער באַטאָנט די פּראָבלעם פֿון אַ יחיד װי אַ פֿירער פֿון זײַן דור, און זײַן אחריות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון כּלל־ישׂראל. און די קינסטלערישע מיטלען פֿאַר באַהאַנדלען די דאָזיקע ענינים האָט פּרץ געשעפּט פֿון חסידישע אוצרות.
אין זײַנע קינסטלערישע אַדאַפּטאַציעס פֿון חסידישע מקורים האָט פּרץ אַרױסגעבראַכט חסידות „אין אַ נײַעם ליטעראַרישן און אידעיִשן מלבוש‟, זאָגט רוס אין זײַן נאָכװאָרט. פּרץ האָט צומאָל געענדערט די קאָמפּאָזיציע פֿון די מעשׂהלעך און צוגעגעבן נײַע פּרטים, כּדי צו שאַפֿן אַ מאָדערן ליטעראַריש װערק.
די קינסטלערישע כּװנה פֿון פּרץ װי אַ מאָדערניסטישער שרײַבער איז געװען צו ברענגען זײַן טעקסט אין אַ דיאַלאָג מיטן מקור, טענהט רוס. ער דערװײַזט, למשל, אַז פּרץ האָט שטאַרק געענדערט אײניקע פּרטים אין די מעשׂיות פֿון ר׳ נחמן פֿון ברעסלאָװ. אָבער כּדי צו פֿאַרשטײן װאָס ער האָט דערמיט געמײנט, דאַרף דער לײענער זײַן באַקאַנט מיטן מקור. פּרץ האָט אױסגעמאָלט געשטאַלטן פֿון פּשוטע ייִדן, עכטע פֿאָלקסמענטשן, אָבער זײַן לײענער איז געװען אַ שטאָטישער ייִדישער אינטעליגענט. אַזױ אַרום האָט פּרץ בדעה געהאַט צו בױען אַ בריק איבערן סאָציאַלן און קולטורעלן בלויז, װאָס האָט אָפּגעטײלט דעם שטעטלדיקן עמך פֿונעם שטאָטישן מיטלשטאַנד. עס איז אים אַװדאי ניט געגאַנגען אין פֿאַרשפּרײטן די חסידישע תּורה צװישן אַסימילירטע שטאָטישע ייִדן, בפֿרט אַז קײן סימפּאַטיע צו דעם רעאַלן חסידות האָט פּרץ קײן מאָל ניט אַרױסגעװיזן. זײַן אימאַזש פֿון חסידות איז געװען אַ שײנע נעאָ־ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיע, װאָס האָט געדאַרפֿט װײַזן דער װעלט, אַז ייִדן פֿאַרמאָגן זײער אײגענעם מין רוחניות און פֿאָלקלאָר, װאָס איז ניט ערגער װי בײַ די קריסטלעכע אומות־העולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.