פּרץ איז אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור װי אײנער פֿון די סאַמע טיפֿע און אָריגינעלע אױסטײַטשער פֿון חסידות. פֿון דעסטוועגן, איז ער געבױרן געװאָרן אין אַ מתנגדישער משפּחה אין דער פּױלישער שטאָט זאַמאָשטש, װאָס האָט געהאַט שטאַרקע משׂכּילישע טראַדיציעס. אינעם רעאַלן לעבן איז פּרצעס באַציִונג צו חסידים, זײערע רביים און זײער פּאָליטיק, כּסדר געװען קריטיש. װי אַ פּאָזיטיװיסט, האָט ער געהאַלטן חסידות פֿאַר אַ מניעה אױפֿן װעג צו פּראָגרעס. אָבער װי אַ קינסטלער האָט ער געפֿונען אין חסידישע געשטאַלטן אַן אײגנאַרטיקן חן.
דאָס נײַע בוך „פּערל באַהאַלטן אין זאַמד‟ פֿון ניחם רוס באַהאַנדלט דרײַ װיכטיקע חסידישע מעשׂיות פֿון פּרץ: „אױב נישט נאָך העכער‟, „צװישן צװײ בערג‟ און „דאָס בלאָנדזשען אין מדבר‟. דער מחבר, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון בן־גוריון־אוניװערסיטעט אין באר־שבֿע, מאַכט אַ פּרטימדיקן פֿאַרגלײַך צװישן דעם ייִדישן און דעם העברעיִשן נוסח פֿון יעדער מעשׂה און פֿאָרשט זײערע מקורים אין דער חסידישער ליטעראַטור. ער אַנאַליזירט די שינוים, װאָס פּרץ האָט אַרײַנגעבראַכט אין פֿאַרגלײַך מיט די מקורים, און אַנטפּלעקט זײער קינסטלערישן און אידעאָלאָגישן באַטײַט.
פּרצעס באַציִונג צו חסידות, שרײַבט רוס, האָט זיך געענדערט איבער די יאָרן. אין אָנהײב פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין די 1890ער יאָרן איז ער געװען געשטימט סקעפּטיש לגבי מיסטיק, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ פּראָדוקט פֿונעם אָפּגעשטאַנענעם מצבֿ פֿון אָרעמע ייִדישע מאַסן. דאָס זעט מען למשל אין דער מעשׂה „די מקובלים‟. אָבער אַרום 1900 איז פֿאָרגעקומען אַ קער אין זײַן װעלטבאַנעם. פּרץ האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, װאָס האָט כּולל געװען ניט נאָר פֿאָלקסלידער, נאָר אױך חסידישע מעשׂיות. אזױ אַרום האָבן זיך אױסגעשטאַלטיקט זײַנע בעסטע דערצײלערישע ציקלען, „חסידיש‟ און „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.