דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד האָט דאָנערשטיק גערופֿן צו דעמיליטאַריזירן דעם עזה־פּאַס און, כאָטש צום טייל, אָפּשטעלן די בלאָקאַדע פֿון עזה.
זײַן רעדע פֿאַר אַ גרופּע פֿראַצייזישע דיפּלאָמאַטן איז געווען דער נײַסטער סימן, אַז אַ צאָל לענדער פֿון דער וועלט פּלאַנירן צו דריקן אויף „כאַמאַס‟ זיך צו אַנטוואָפֿענען נאָך דער לעצטער מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ אין עזה.
לויט עטלעכע באַריכטן אין דער לבֿנון־מעדיאַ פֿרײַטיק, האָט די פֿאַראייניקטע שטאַטן שוין אָנגעהויבן דריקן אויפֿן זיכערהייט־ראַט אין דער „יו־ען‟ צונויפֿצושטעלן אַ רעזאָלוציע אין שײַכות מיט דעם ענין.
„עזה טאָר נישט בלײַבן אַ באַוואָפֿנטע באַזע פֿון ׳כאַמאַס׳, אָדער אַן עפֿנטלעכע תּפֿיסה פֿאַר אירע אײַנוווינער,‟ האָט האָלאַנד באַטאָנט. „מיר דאַרפֿן זיך באַמיִען דורכצופֿירן פּראָגרעסיווע מיטלען ווי, למשל, אָפּשטעלן די בלאָקאַדע, און דעמיליטאַריזירן די טעריטאָריע.‟
ער האָט ווײַטער פֿאָרגעלייגט עטלעכע מיטלען ווי צו פֿאַרזיכערן עזה אין דער נאָענטער צוקונפֿט: אַן אינטערנאַציאָנאַלער אויפֿזיכט איבערן צעשטערן די טונעלן פֿון עזה קיין ישׂראל; ווידער עפֿענען די גרענעצן מיט ישׂראל און עגיפּטן, און באַזאָרגן די „פּאַלעסטינער אויטאָריטעט‟ מיט פֿאָנדן און פּערסאָנאַל ווידער אויפֿצובויען עזה.
די באַאַמטע פֿון „כאַמאַס‟ האָבן אָבער געזאָגט, אַז זיי וועלן זיך אַנטקעגנשטעלן אַלע באַמיִונגען זיי צו דעמיליטאַריזירן, און האָבן בדעה ווידער אויפֿצובויען זייער אַרסענאַל.
אין איראַן האָט דער הויפּט פֿון דער „באַסידזש‟ — די מיליץ, וואָס איז טרויעריק באַרימט פֿאַר אירע ברוטאַלע רעפּרעסיעס פֿון דעמאָנסטראַנטן בעת די וואַלן אין 2009 — האָט די וואָך דערקלערט, אַז איראַן פּלאַנירט צו באַוואָפֿענען די פּאַלעסטינער, און נישט בלויז אין עזה, נאָר אויך אויפֿן מערבֿ־ברעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.