בײַ דעם ישׂראל־שרײַבער מתּן חרמוני איז הײַיאָר אַרויס דער צווייטער ראָמאַן מיטן טיטל „אַרבע אַרצות‟ („פֿיר לענדער‟, כּנרת זמורה-ביתן פֿאַרלאַג, 2014).
חרמוני איז אַ שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס גיט לעקציעס אין פֿאַרשידענע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן. פֿאַר זײַן ערשטן ראָמאַן „היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני‟ („היברו פבלישינג קומפני‟, כּנרת זמורה-ביתן פֿאַרלאַג, 2011: //yiddish2.forward.com/node/4544 ) האָט ער אין 2012 באַקומען דעם „בערנשטיין-פּריז‟. חרמוני דערציילט אַגבֿ, אַז ער באַטראַכט טאַקע אָט די רעצענזיע אין „פֿאָרווערטס‟, ווי דער בעסטער אַרטיקל איבער יענעם בוך. מיר האָבן לעצטנס געפֿירט אַ געשפּרעך וועגן זײַן נײַער שאַפֿונג — אַ ראָמאַן וועגן דעם לעבן פֿון אַ שרײַבער אין ישׂראל, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן דווקא אין גלות, און וועגן דעם שווערן זומער, וואָס ער און זײַן משפּחה האָבן דורכגעלעבט.
דאָס נײַע בוך באַשעפֿטיקט זיך מיט דער טעמע, וואָס ס׳הייסט צו זײַן אַ קינסטלער, צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דער אינטעליגענץ; און וואָס איז דער פּרײַז דערפֿון. קודם-כּל, בין איך אויסן, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ שרײַבער פֿון דער ישׂראל־אינטעליגענץ 2010. די ווײַטערדיקע שיכטן אונטער דעם פֿרעגן דערצו, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ העברעיִשן שרײַבער, דערנאָך אַ ייִדישער שרײַבער, און צום סוף, אַ שרײַבער בכלל?
צי איז דאָ אַן אויטאָביאָגראַפֿישער הינטערגרונט אין דעם נײַעם בוך?
עס איז למעשׂה בבֿחינת אַ צונויפֿפּרעס, אַ קנייטש, פֿון מײַן אייגענער ביאָגראַפֿיע. בשעתן שרײַבן מײַן ערשט בוך, די דאָזיקע ייִדישע לעגענדע (עס ווערט דערציילט וועגן דעם ייִדיש-ניו-יאָרק פֿון אָנהייב 20סטן י”ה, ע.מ.), בין איך זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען מיט מײַן ווײַב. דאָס איז געווען אַ תּקופֿה פֿון כּמעט אַ טאָטאַלער אומזיכערקייט אין מײַן לעבן. אַן עקאָנאָמישע אומזיכערקייט, און אַן אומזיכערקייט לגבי דעם גורל פֿון מײַן שרײַבן. עס ווערט דערציילט וועגן מײַן געשטאַלט בעתן שרײַבן דעם בוך „היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני‟. אויב דאָס ערשטע בוך איז געווען אַ מין ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע פֿון דעם ייִדישן ניו-יאָרק, איז „אַרבע אַרצות‟ אַ מין פֿאַנטאַזיע פֿון מײַן אייגענעם לעבן. מײַן לעבן האָט נישט אויסגעזען פּונקט אַזוי, אָבער עס האָט אויך נישט אויסגעזען לגמרי אַנדערש.‟
אַזוי הייבט זיך טאַקע אָן דאָס קאַפּיטל ׳ח’ פֿון „אַרבע אַרצות‟…
איך האָב זיך דעמאָלט געזען ווי אַ העברעיִשער שרײַבער, וואָס אַרבעט איבער אַ נײַעם ראָמאַן, וואָס דערציילט וועגן אַ ייִדישן מחבר אין ניו-יאָרק, וועלכער וויל ווערן באַרימט און רײַך; און דערצו — שיינע ווײַבער, און בעיקר, כּבֿוד און פּרעסטיזש. כּכה יעשׂה לאיש, אַזוי ווערט געטאָן דעם מענטשן, וכו’. אלא מה, איז קיין זאַך נישט געווען ווײַטער פֿון כּבֿוד און פּרעסטיזש, כּפֿי איך בין געווען יענעם חודש, נאָוועמבער פֿון יאָר 2009. (איבערזעצונג — ע. מ.)
מרדכי שוסטער, די שמ”ר־געשטאַלט פֿון „היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני‟, איז געקומען קיין אַמעריקע אין אָנהייב 20סטן י”ה מיטן ציל צו רעאַליזירן דעם אַמעריקאַנער חלום דורך זײַן ייִדיש-שרײַבערײַ. „דאָס איז געווען אַ בוך אין אַ בוך, אין אַ בוך. סוף-כּל־סוף, האָב איך געשאַפֿן אַן ענלעכע סיטואַציע ווי בײַ פּערלס ׳מגלה טמירין׳, וועגן אַ בוך, וואָס איז נישט קלאָר, צי עס עקזיסטירט בכלל, צי נישט. פֿון איין זײַט, איז דאָס דער אַמעריקאַנער חלום. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס דער חלום צו ווערן אַ שרײַבער, די שטרעבונג צו שרײַבן. אַ חלום, וואָס איז מקוים געוואָרן אין אַ געוויסן זינען.
איז דאָס אויך דער חלום זיך מפֿרנס צו זײַן פֿונעם שרײַבן?
לאָמיר זאָגן עס אויף אַ שאַרפֿערן אופֿן: דאָס ערשטע בוך איז געווען וועגן דעם חלום צו זײַן אַ שרײַבער. דאָס צווייטע בוך רעדט וועגן דעם חלום זיך מפֿרנס צו זײַן פֿונעם שרײַבן. און אויב מיטן ערשטן בוך האָב איך עס, ווי נישט איז, דערפֿילט, קען מען מיר איצטער צוגעבן דעם פֿאַך-טיטל „שרײַבער‟ — אָן שום פּראָבלעמען. אָבער דער ענין פּרנסה איז נאָך ווײַט נישט דערפֿילט געוואָרן. איך האָף, אַז ס’וועט יאָ געשען.
דו ווילסט דאָס בוך זאָל איבערגעזעצט ווערן אויף אַנדערע שפּראַכן?
יאָ. אי דאָס איצטיקע בוך, אי דאָס פֿריִערדיקע. מע האָט זייער ליב באַקומען דאָס „היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני‟ אין אַמעריקע, נישט ווייניקער ווי אין ישׂראל, אויב נישט מער. מע האָט זיך זייער שטאַרק אידענטיפֿיצירט דערמיט. כ’בין געוואָרן איינער פֿון די פּאָפּולערערע שרײַבער אין ען-אַרבאָר, מישיגען.
די לעצטע ווערטער זאָגט חרמוני, ווײַל צוויי ען-אַרבאָר פּראָפֿעסאָרן האָבן רעצענזירט זײַן בוך, און ביידע רעצענזיעס זענען פֿול מיט שבֿחים. דאָס נײַע בוך, וואָס באַשעפֿטיקט זיך, ווי געזאָגט, מיט אַ שווערער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, האָט ער דווקא אָנגעשריבן אין שיקאַגע אין משך פֿון די צוויי יאָר, וואָס זײַן פֿרוי (לסוף, האָבן זיי באַשלאָסן נישט צו גטן זיך), אויך אַ ליטעראַטור-פֿאָרשערין, האָט דאָרט געאַרבעט. האָט עס אים דערמעגלעכט צוריקצוקוקן אויף דער פֿריִערדיקער תּקופֿה מיט פֿרישע אויגן.
אַנטקעגן די הײַנטיקע אַמעריקאַנער מחברים, ווי מײַקל שייבאָן, וואָס שרײַבן אויך וועגן דער ייִדישער קולטור, זאָגט חרמוני, אַז „מיר קומען פֿון גאָר פֿאַרשידענע היסטאָרישע פּרעספּעקטיוון. איך בין, פֿון זײַן קוקווינקל, דער וועג, וואָס ער איז נישט דורכגעגאַנגען‟, און ער איז, פֿון מײַן קוקווינקל, „דער וועג, וואָס איך בין נישט דורכגעגאַנגען‟ — פֿון מײַן אייגענער ייִדישער געשיכטע; און אָט די צוויי פּרעספּעקטיוון טרעפֿן זיך ממש נישט. איך האַלט, אַז ווען שייבאָן וואָלט געקאָנט ייִדיש, וואָלט זײַן בוך אַרויסגעקומען אַ סך בעסער. זײַן פֿאַנטאַזיע פֿון ייִדיש אַרבעט נישט אַזוי גוט. אין ישׂראל איז מען דיר אַ סך ווייניקער מוחל אַזעלכע זאַכן (ווי דאָס נישט קענען די שפּראַך גופֿא) ווי אין אַמעריקע.‟
דעם לעצטן זומער האָט מתּן חרמוני, מיט זײַן ווײַב און זייערע צוויי קליינע קינדער, פֿאַרבראַכט אין גבֿעתּיים, מיט די סירענעס און די אַלע סכּנות, וואָס אַ מלחמה ברענגט; דערצו האָט ער קרובֿים אין אַ קיבוץ לעבן עזה (וווּ חרמוני אַליין איז אויפֿגעוואָקסן ביז 4 יאָר). ער האָט, בײַם אָנהייב פֿון דער עזה-אָפּעראַציע, אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע קעגן דער אָפּעראַציע, און קעגן דעם ראַסיזם, וואָס האָט דערפֿירט צום מאָרד פֿון מוכאַמאַד אַבו-כדיר. דעם זומער באַשרײַבט ער ווי איינעם פֿון די שווערסטע זומערן אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל. „אַ פֿאַרשאָלטענער זומער, און כ’האָף, אַז קיין ערגערס קען שוין נישט זײַן, ווײַל דאָס איז נישט קיין סבֿיבֿה צו האָדעווען קינדער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.