ס׳לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז שיקאַגע וואָלט געווען דאָס אידעאַלע אָרט פֿאַר וואַרעמע באַציִונגען צווישן די ייִדן און פּאָליאַקן, ווײַל די שטאָט האָט די צווייט־גרעסטע פּוילישע באַפֿעלקערונג אין דער וועלט (נאָך וואַרשע) און אַ ייִדישן ייִשובֿ פֿון מער ווי 300,000 נפֿשות.
אין דער אמתן אָבער האָבן די צוויי עטנישע גרופּעס בכלל נישט קיין שײַכות איינע מיט דער צווייטער, גיט איבער מײַקל טרייסאָן, אַ שיקאַגער אַדוואָקאַט, וועלכער באַמיט זיך שוין 20 יאָר לאַנג צו דערנענטערן די ייִדן און די פּאָליאַקן, און איבערצײַגן די הײַנטיקע אײַנוווינער פֿון פּוילן דורכצופֿירן הזכּרה־צערעמאָניעס נאָך די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן.
טרייסאָנס נײַסטער פּראָיעקט איז געווען אַ הזכּרה־צערעמאָניע, וואָס האָט אָפּגעמערקט 70 יאָר זינט דער ליקווידאַציע פֿון דער לאָדזשער געטאָ. מער ווי 200,000 ייִדן האָבן דאָרט געוווינט במשך פֿון דער מלחמה, אָבער בלויז 10,000 זענען געבליבן לעבן. אין אויגוסט 1944 האָבן די נאַציס איבערגעפֿירט די אײַנוווינער פֿון דער געטאָ קיין אוישוויץ, און פֿון דאָרט — קיין דאַכאַו און בערגען־בעלזען.
די צערעמאָניע לזכּרון די לאָדזשער ייִדן איז פֿאָרגעקומען דעם 28סטן אויגוסט אינעם Union League Club אין שיקאַגע — אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט אַ מאָל דווקא אויסגעשלאָסן די ייִדן פֿון אַרײַנקומען אַהין. דער ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען, ערשטנס, אָפּצומערקן די טרויעריקע דאַטע פֿון דער לאָדזשער געטאָ, און צווייטנס, צונויפֿצוברענגען די ייִדישע און פּוילישע אײַנווינער פֿון שיקאַגע, וועלכע האָבן אַ בשותּפֿותדיקע פֿאַרגאַנגענהייט אָבער ביז איצט אַ קנאַפּן שײַכות איינער מיטן צווייטן דאָ אין אַמעריקע.
די צערעמאָניע האָט צוגעצויגן מער ווי 400 מענטשן, וואָס בערך 25% זענען געווען פּאָליאַקן.
בײַם פּלאַנירן דעם אָוונט, האָט מען געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז פּאָליאַקן זאָלן קומען, האָט מען געוויזן עטלעכע פֿון די פּוילישע כּלל־טוער דעם ערשטן כּתבֿ־יד פֿון דער פֿאַרבעטונג. די פּאָליאַקן האָבן טאַקע גלײַך באַמערקט אַן אומפּינקטלעכע פֿראַזע: דעם זאַץ „די לאָדזשער געטאָ איז געווען אין פּוילן‟, האָט מען געדאַרפֿט בײַטן אויף „די געטאָ איז געווען אין נאַצי־אָקופּירטן פּוילן‟.
די הזכּרה האָט צוגעצויגן 29 ספּאָנסאָרס, אַרײַנגערעכנט עטלעכע ייִדישע און פּוילישע אָרגאַניזאַציעס, דיפּלאָמאַטישע מיסיעס און אוניווערסיטעטן. אויבן אָן איז געשטאַנען דער „פּוילישער אַמעריקאַנער קאָנגרעס‟ (PAC), אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון אַלע פּויליש־אַמעריקאַנער גרופּעס. די קערפּערשאַפֿט, געגרינדעט אין 1944, האָט דעמאָלט געאַרבעט, דער עיקר, צו העלפֿן דעם פּוילישן היימלאַנד, צו ווערן אומאָפּהענגיק. אין שפּעטערע יאָרן האָט PAC זיך פֿאַרנומען מיט ענינים פֿון די אַמעריקאַנער פּאָליאַקן גופֿא.
די באַציִונגען צווישן PAC און די ייִדן האָבן געבליט בעת די 1960ער און 70ער יאָרן, אָבער זענען קאַליע געוואָרן נאָך דעם ווי עדוואַרד מאָסקאַל איז געוואָרן דער פּרעזידענט אין 1988.
מאָסקאַל האָט שוין געהאַט אַ געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן און האַרבער קריטיק פֿון ישׂראל. אין 1996 האָט מאָסקאַל באַשולדיקט דעם פּוילישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדער קוואַסניעווסקי אין זײַן „אונטערטעניק‟ די ייִדן. ער האָט אויך פֿאַרגליכן די אַקציעס פֿון מדינת־ישׂראל צו די נאַציס.
דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט עפֿנטלעך באַצייכנט מאָסקאַל ווי אַן אַנטיסעמיט און איבערגעריסן אַלע פֿאַרבינדונגען מיט דער אָרגאַניזאַציע.
מאָסקאַל איז געשטאָרבן אין 2005 און זײַן נאָכפֿאָלגער, פֿראַנק ספּולאַ, האָט אָפּגעשטעלט די אַנטיסעמיטישע רעטאָריק בײַ PAC. ווען טרייסאָן האָט פֿאָרגעלייגט ספּולאַן צו מאַכן אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג לזכּרון די לאָדזשער ייִדן, האָט ספּולאַ, אַ באַגײַסטערטער, מסכּים געווען. ספּולאַ האָט אַפֿילו פֿאָרגעלייגט דעם ביוראָ פֿון PAC ווי אַן אָרט אָפּצוהאַלטן די צערעמאָניע. טרייסאָן האָט אים באַדאַנקט, אָבער געהאַלטן, אַז דאָס וואָלט אפֿשר געווען „אַ ביסל צו פֿיל‟.
„מיר פֿילן, אַז ס׳איז זייער וויכטיק צו געדענקען, וואָס די אײַנוווינער פֿון פּוילן האָבן איבערגעלעבט אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע,‟ האָט דערלקערט סוסאַנע לאָטאַרסקי, די וויצע־פּרעזידענטין פֿון PAC. דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס‟ האָט זיך לעצטנס אויך געוואָנדן צו אַנדערע פּוילישע גרופּעס אין שיקאַגע. אין איין בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט, אַרבעט דער ייִדישער קאָנגרעס מיט אַ גרופּע פּויליש־אַמעריקאַנער אַקטיוויסטן, איבערצוצײַגן די אַמעריקאַנער רעגירונג צוצושטעלן פּוילן צו דער רשימה לענדער, וואָס זייערע בירגער דאַרפֿן נישט קיין וויזע צו באַזוכן אַמעריקע.
„אין שיקאַגע, זענען די באַציִונגען צווישן ייִדן און פּאָליאַקן בײַ אונדז אַ פּריאָריטעט,‟ האָט באַטאָנט איימי סטאָקען, די אָרטיקע דירעקטאָרין פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟. „מיר האָפֿן דאָ צו שאַפֿן אַ מוסטער פֿון בויען בריקן צווישן אַלע פֿעלקער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.