די צײַט איז איצט אָנגעזעטיקט מיט סימבאָלישע קײַלעכדיקע דאַטעס. מיט אַ חודש צוריק איז אָפּגעמערקט געוואָרן דער 100־יאָריקער יובֿל זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט-מלחמה. און דעם 1טן סעפּטעמבער איז געוואָרן 75 יאָר פֿון דעם טרויעריקן טאָג, ווען עס האָט זיך צעברענט די שׂרפֿה פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
אין יענעם טאָג האָט פּוילן דערפֿילט דעם ערשטן קלאַפּ מצד די 54 דײַטשישע דיוויזיעס, מיט אַריבער אָנדערטהאַלבן מיליאָן זעלנער, פֿינף-און-צוואַנציק הונדערט טאַנקען און צוויי טויזנט עראָפּלאַנען. דער דאָזיקער קלאַפּ איז געקומען פֿון מערבֿ, און דעם 17טן סעפּטעמבער האָט פּוילן געקראָגן אַ נײַעם טויט-קלאַפּ — מצד דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָט אַזוי האָבן די צוויי טאָטאַליטאַרישע רעזשימען צעצונדן די מלחמה, וואָס האָט שרעקלעך טײַער אָפּגעקאָסט דער וועלט בכלל און די ייִדן בפֿרט.
דעם 4טן סעפּטעמבער 1939, ווען דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע האָט מען נאָך ניט געקענט אָפּשאַצן, איז דער „פֿאָרווערטס‟ אַרויס מיט אַ נאָטיץ פֿונעם רעדאַקטאָר. אַב. קאַהאַן האָט אונטערן טיטל „וועלן צוויי בלוטיקע גענגסטערס זיך צעטיילן מיט דער וועלט? איז דאָס מעגלעך?‟, געשריבן, ענטפֿערנדיק אויף דער פֿראַגע, וואָס ער אַליין האָט געשטעלט: „ניין, עס איז ניט מעגלעך, עס קען ניט געשען און עס וועט ניט געשען.‟
הײַנטיקע טעג בלײַבט די פֿראַגע פֿון „בלוטיקע גענגסטערס‟ אַקטועל. אמת, די פֿאַרברעכערישע כּוחות זײַנען אַנדערע און די צילן זייערע זעען אויס אויך אַנדערש. סײַ היטלער סײַ סטאַלין (אַן אויסגעשולטער אויף אַ גלח) האָבן אין זייערע אידעאָלאָגיעס אין גאַנצן צי כּמעט אין גאַנצן איגנאָרירט דעם רעליגיעזן אַספּעקט. איצט זײַנען די רעליגיעס, אין זייערע סאַמע עקסטרעמע פֿאָרמען, אַרויס אויפֿן אויבן־אָן. די מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער בויען אויף בלוט (און נאַפֿט) אַ ווילד-אויסגעחלומטע רעליגיעזע מלוכה, וואָס אין איר יסוד ליגן אַזעלכע אידעען, וואָס אין פֿאַרגלײַך מיט זיי, זעט אויס אַפֿילו דער טאַליבאַן מער „מענטשלעך‟.
די דאָזיקע בלוט-דאָרשטיקע אידעאָלאָגיע האָט אָנגעוואָרפֿן אַ פּחד אויף דער מער ציוויליזירטער וועלט. זייער ערנסט האָט מען די דאָזיקע סכּנה אויפֿגענומען אין גרויס-בריטאַניע. דעם 1טן סעפּטעמבער, ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות, קלײַבט זיך צונויף דער בריטישער פּאַרלאַמענט צו באַטראַכטן, ווי אַזוי צו פֿאַרטיידיקן די נאַציע פֿון דער רעליגיעז-פֿאַנאַטישער מגפֿה. מע שאַצט אָפּ, אַז אַ פֿינף הונדערט בריטישע מוסולמענער, און אפֿשר נאָך מער, זײַנען געוואָרן פֿרײַוויליקע זעלנער פֿון דער „איסלאַמישער מלוכה‟.
אין דעם ענגליש, וואָס עס האָט גערעדט דער מערדער פֿונעם אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דזשיימס פֿאָלי, האָט מען גלײַך — שאָקירנדיק גלײַך — דערקענט אַ בריטישן אַרויסרייד. הונדערטער אייראָפּעער פֿון אַנדערע לענדער, ווי אויך אַמעריקאַנער וכ׳, האָבן זיך אַרײַנגעגאָסן אין דער אַרמיי, וואָס פֿירט אַ „הייליקע מלחמה‟ אין סיריע און איראַק. האָט מען מורא, אַז די פֿאַנאַטיקער פֿון דעם זעלבן שניט וועלן אָנטאָן צרות אויך אין אייראָפּע. מע פּרוּווט צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צו בײַטן די געפֿערלעכע שטימונג, וואָס הערשט צווישן אַ טייל פֿון די יונגע מוסולמענער. מע קוקט זיך צו צו די רעליגיעזע שולן, אין וועלכע עס ווערן קולטיווירט פֿאַנאַטישע פֿאָרמען פֿון איסלאַם.
אַ רעליגיעזע באַפֿאַרבונג האָט אויך דער אַגרעסיווער רוסישער נאַציאָנאַליזם. וולאַדימיר פּוטין, וואָס שנײַדט זיך אויף אַ מאַניאַקאַלן פֿירער פֿון אַ מאַניאַקאַל-געשטימט פֿאָלק, רעדט וועגן דעם, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע אידעאָלאָגיע האָט אין זיך געטראָגן „קוואַזי-רעליגיעזע ווערטן‟, און אַז די הײַנטיקע רוסישע אידעאָלאָגיע מוז פֿאַרטיידיקן דאָס פֿאָלק פֿון דער שעדלעכער השפּעה פֿון „פֿרעמדע‟, וואָס מיינט, פֿאַרשטייט זיך, די מערבֿדיקע ווערטן. די פּראַוואָסלאַוונע קירך פֿאַרנעמט אַלץ גרעסערע שטחים אין דעם לעבן פֿון רוסלאַנד, מאַכט די געזעלשאַפֿט קאָנסערוואַטיוו און, טיילווײַז, פּשוט פֿאַנאַטיש.
אַ סבֿרה, אַז די רוסישע באַפֿעלקערונג איז אַרויס פֿון איר היסטאָרישער אַנטוויקלונג מיט אַ קלאָרער נטיה צו אולטראַ-אָרטאָדאָקסאַלע פֿאָרמען פֿון רעליגיעזן באַוווּסטזײַן. מע פֿילט עס ניט בלויז בײַ די קריסטן. ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. ס‘איז, משמעות, ניט צופֿעליק, אַז די ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ציט אָפֿט מאָל (כ׳האָב ניט קיין סטאַטיסטיק) ניט צו „מילדערע‟ שטראָמען פֿון ייִדישן רעליגיעזן לעבן, נאָר דווקא צו די סאַמע „ערנסטע‟, אומפּשרותדיקע פֿאָרמען פֿון פֿרומקייט. בכלל איז דער געדאַנק ברייט פֿאַרשפּרייט אויך צווישן דעם אַמאָליקן סאָציאַליסטישן „פֿאָרווערטס‟-עולם, אַז דער וויסנשאַפֿטלעכער און טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס וועט אָפּשוואַכן דעם רעליגיעזן גלויבן; ווי מיר ווייסן, איז עס געווען גאָר ניט קיין ריכטיקע השערה.
אין זייער אַ שווערן מצבֿ באַגעגנט די מערבֿדיקע וועלט די יובילייען פֿון ביידע וועלט-מלחמות. אייראָפּע (מחוץ רוסלאַנד) און צפֿון-אַמעריקע בלײַבן שטאַרק עקאָנאָמיש און מיליטעריש, אָבער זיי ווייסן פּשוט ניט, וואָס צו טאָן; צו שטיצן די טיראַנען, זיי זאָלן האַלטן אין שפּאַן זייערע לענדער? די דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז דאָס העלפֿט ניט אָדער עס העלפֿט נאָר אויף אַ קורצער צײַט. צו שטיצן די רעוואָלוציעס קעגן די טיראַנען? דאָס העלפֿט אויך ניט, ווײַל די „רעוואָלוציאָנערן‟ פֿאַרוואַנדלען זיך זייער גיך אין אַנטי-מערבֿדיקע גזלנים. וואָס טוט מען מיט אַזעלכע מעגאַלאָמאַניאַקן ווי פּוטין? אַ סבֿרא, אַז קיין קלאָרע סגולה האָט מען דערווײַל ניט געפֿונען.
מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק האָט געהערשט אַן אייפֿאָריע, אַז די וועלט מענטשלט זיך, סוף-כּל-סוף, אויס. מע האָט אַפֿילו געטענהט, אַז אין די לעצטע יאָרן פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט זיך שוין „פֿאַרענדיקט די געשיכטע‟. לאָזט זיך אויס, אַז מע האָט זיך געלייגט פֿייגעלעך אין בוזעם. די געשיכטע האָט זיך לחלוטין ניט אָפּגעשטעלט. אויף אַזוי פֿיל, אַז ס’איז אַפֿילו שרעקלעך אָנצודרייען דעם קאָמפּיוטער אין דער פֿרי, ווײַל מע דאַרף זײַן גרייט איבערצולייענען פֿרישע בלוטיקע נײַעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.