דעם ערשטן סעפּטעמבער האָט זיך אין אַלע רוסלענדישע שולן און אוניווערסיטעטן אָנגעהויבן דאָס לערן־יאָר. אין רוסלאַנד זענען דאָ עטלעכע סיסטעמען פֿון ייִדישע שולן, און די גרעסטע פֿון זיי געהערט דעם רוסישן חב״ד. אין דער סיסטעם זענען איבער גאַנץ רוסלאַנד דאָ אַרום 30 מיטל־שולן און עטלעכע הויכשולן; דאָס איז זייער ווייניק, אין פֿאַרגלײַך מיט די מערבֿ־לענדער.
אין די וועלטלעכע משפּחות אין רוסלאַנד איז ביז איצט ניט אָנגענומען געוואָרן צו שיקן קינדער אין ייִדישע שולן; אַ סך מער עלטערן באַמיִען זיך דאָס קינד זאָל אַרײַן אין אַ גוטער רוסישער שול — מאַטעמאַטישער, עקאָנאָמישער אָדער הומאַניטאַרער. ייִדישע אינסטיטוטן זענען אויך נישט פּאָפּולער און רעכענען זיך פֿאַר שלעכטע. אמת, די טראַדיציע פֿון ניט־מלוכישער הויכער בילדונג איז אין רוסלאַנד זייער שוואַך, און אין די פּריוואַטע אוניווערסיטעטן טרעטן אַרײַן נאָר די, וואָס האָבן ניט געקענט אויסהאַלטן די אײַנטריט־עקזאַמענס אין די מלוכישע אוניווערסיטעטן.
ס’איז אינטערעסאַנט, ווי אַזוי די סיטואַציע וועט אויסזען אין אַ יאָר 10־15 אַרום, ווען דער פּראָצענט פֿון די רעליגיעזע ייִדן וועט אין דער רוסלענדישער ייִדישער קהילה זײַן אַ סך העכער ווי איצט. אָבער אַ געוויסע אַנטוויקלונג איז צו באַמערקן אַפֿילו איצט: קינדער פֿון די אַמאָליקע גראַדואַנטן פֿון רעליגיעזע ייִדישע שולן וואַקסן אונטער און גייען אין די זעלביקע שולן, און חב״ד פֿאַרברייטערט זײַן השפּעה און בויט נײַע שולן; דאָס יאָר, למשל, האָט מען געעפֿנט אַ נײַע שול אין דער שטאָט טולאַ, וווּ עס וועלן זײַן דערווײַל נאָר דרײַ קלאַסן פֿון אָנהייבער.
חב״ד אַרבעט מיט מיט אַ סך אָרגאַניזאַציעס, און קודם־כּל, מיט דער אַלוועלטלעכער „אָרט‟־שול. אין מאָסקווע איז די טעג געעפֿנט געוואָרן אַ נײַער ייִדישער קינדער־צענטער בשותּפֿות מיטן ייִדישן קולטור־צענטער. און אין דער ביבליאָטעק פֿון חב״ד־צענטער אין מאָסקווער „מאַרינאַ ראָשטשאַ‟ איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיטן פֿאָרזיצער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג „שחר‟.
נאָך אַ ידיעה, דאָס מאָל פֿון ישׂראל: דאָרטן גרייט מען זיך צו די גאַסטראָלן פֿונעם רוסישן בענד „טשיזש‟. דאָס איז שוין דער צווייטער רוסישער ראָק־בענד, וואָס טרעט אויף אין ישׂראל פֿאַרן לעצטן חודש. דער ערשטער איז געווען דער בענד „ראַבפֿאַק‟, וואָס האָט געשטיצט מדינת־ישׂראל, און געזונגען דאָס נײַע ליד זײַנער, „כאַמאַס מאָסט דײַ‟. „טשיזש‟ וועט געבן 2 קאָנצערטן — אין נוקדים און הרצליה. די קאָנצערטן זענען אָרגאַניזירט צוליב דעם 20־יאָריקן יוביליי פֿונעם בענד.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אין דעם מערבֿדיקסטן רוסלענדישן רעגיאָן, קאַלינינגראַדער געגנט, גרייט מען אַן אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „גלויבן. קונסט. צײַט‟, צוגעפּאַסט צו די טעג פֿון ייִדישער קולטור. עס ווערן אויסגעשטעלט ווערק פֿון באַרימטע ייִדישע קינסטלער, בתוכם ראָבערט פֿאַלק, און אויך עטנאָגראַפֿישע און היסטאָרישע אַרטיפֿאַקטן, וואָס דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּרײַסישע פּראָווינצן האַנאָווער און קעניגסבערג, באַזונדערס וועגן זייער לעבן אין די 1930ער יאָרן, איידער די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט, ווי אויך אין די נאַצישע צײַטן. קעניגסבערג איז געווען איינע פֿון די שטעט, וואָס אין זיי זענען פֿאָרגעקומען פּאָגראָמען פֿון דער „קרישטאָלנאַכט‟ — דעם 10טן נאָוועמבער 1938.
די איצטיקע אויסשטעלונג וועט זײַן די ערשטע אין קאַלינינגראַד, געווידמעט דער דאָזיקער טעמע און תּקופֿה. אירע אָרגאַניזאַטאָרן זענען קודם־כּל, דײַטשע אָרגאַניזאַציעס: בערלינער „מעמאָריאַל פֿון די דערהרגעטע אייראָפּעיִשע ייִדן‟, קאַנטקענטענישער מוזיי פֿון לונעבורג, דײַטש־רוסיש הויז און די דײַטשע אַמבאַסאַדע. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע וועט אָנטייל נעמען דער הויפּט־רבֿ פֿון דער געגנט — דוד שוועדיק. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 12טן סעפּטעמבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.