קאַמאַרג, דער זומפּיקער ראַיאָן אין פֿראַנקרײַך, וואָס געפֿינט זיך צווישן די צוויי אַרבל פֿונעם טײַך ראָן, וועלכע פֿליסן אַרײַן אינעם מיטל־לענדישן ים, איז באַקאַנט ווי אַן נאַטור־אוצר, וווּ עס פּאַשען זיך ווילדע ווײַסע פֿערד, און וווּ די ראָזעווע פֿלאַמינגאָס און 400 אַנדערע מינים פֿייגל פֿליִען אַרום איבער די ענדלאָזיקע סכּנותדיקע זאַלציקע זומפּן מיט זינק־זאַמדן. בלויז אַרום 113 טויזנט תּושבֿים וווינען אויפֿן שטח פֿון בערך 1,500 קוואַדראַט־קילאָמעטער; בערך אַ העלפֿט פֿון זיי — אויפֿן צפֿון, אין דער אוראַלטער שטאָט אַרל. ס׳רובֿ פֿונעם שטח פֿאַרנעמט דער ריזיקער וווּנדער־שיינער נאַטור־פּאַרק.
קאַמאַרג געפֿינט זיך צווישן צוויי ראַיאָנען, וואָס שפּילן גאָר וויכטיקע ראָלעס אין דער ייִדישער געשיכטע: לאַנגעדאָק און פּראָוואַנס, וווּ ייִדן זענען שוין געווען אינעם ערשטן יאָרהונדערט — מעגלעך, ווען דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען. אָנהייבנדיק פֿונעם 5טן יאָרהונדערט, זענען אָפּגעהיט געוואָרן דאָקומענטן וועגן דער ייִדישער קהילה אין אַרל — אַן אַמאָליקער צענטער פֿון ייִדישע חכמים, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ סך ספֿרים, אַרײַנגערעכנט גאַנץ חידושדיקע און אומגעוויינטלעכע.
דער חכם קלונימוס בן קלונימוס, וועלכער האָט דאָרטן געוווינט מיט 700 יאָר צוריק, איז באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער שפּאַסיקער כּמו־תּלמודישער מסכתּא „מסכת־פּורים‟, וועלכע הייבט זיך אָן מיט אַ פּילפּול וועגן דעם אויסגעטראַכטן נבֿיא „חבקבוק‟, וואָס זײַן נאָמען שטאַמט פֿונעם וואָרט „בקבוק‟ — אַ פֿלאַש. ווען מע זעט די אומצאָליקע סאָרטן ווײַנען אין די פֿראַנצויזישע קראָמען, איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַרוואָס אַן אַמאָליקער ייִדישער תּושבֿ פֿון דער געגנט האָט אויסגעקליבן אַזאַ טעמע.
„מסכת־פּורים‟ איז פֿול מיט פּרטימדיקע רעצעפּטן פֿון פֿאַרשיידענע פֿאַרבײַס־נאַשערײַען און אַנעקדאָטישע כּמו־הלכות וועגן שיכּרות, צומאָל מיט אַ ווילדן סעקסועלן טעם. די הומאָריסטישע מסכתּא האָט אַרויסגערופֿן אַ קעגנערשאַפֿט מצד די רבנים, וועלכע זענען נישט געווען צופֿרידן מיט די לצנותדיקע כּמו־תּלמודישע פּילפּולים וועגן צעבראָכענע גלעזער און שיכּורע אָרגיעס. קלונימוס בן קלונימוס איז אויך באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם גאַנץ ערנסטן מוסר־ספֿר „אבֿן־בוחן‟. ער האָט אויך איבערגעזעצט אויף לשון־קודש אַ גאַנצע ריי פֿילאָסאָפֿישע און מעדיצינישע ביכער פֿון אַראַביש.
דער באַרימטער רײַזנדער בנימין פֿון טודעלאַ דערציילט אין זײַן ספֿר „מסעות בנימין‟, אַז אינעם 12טן יאָרהונדערט האָבן אין אַרל געוווינט אַרום 200 ייִדישע משפּחות. זעקס רבנים האָבן באַדינט די קהילה, וואָס איר עיקר־פּרנסה איז געווען דאָס האַנדלען מיט דער העל־רויטער פֿאַרב, וואָס מע פּראָדוצירט פֿון געוויסע אינסעקטן. אין דער תּורה הייסט די דאָזיקע פֿאַרב „תּולעת שני‟ — איינער פֿון די קאָלירן, מיט וועלכן מע פֿלעגט באַצירט די בגדים פֿון די כּהנים אינעם בית־המיקדש.
אַ גאַנצע ריי באַרימטע רבנים און מחקרים האָבן אַמאָל געוווינט אין אַרל, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע גרויסע פֿילאָסאָפֿן, ווי שמואל אבן תּיבון, יוסף כּספּי און גרשון בן שלמה — דער טאַטע פֿונעם גרויסן מחקר רלב״ג, וועלכער האָט צונויפֿגעשטעלט די פֿילאָסאָפֿישע ענציקלאָפּעדיע „שער השמים‟, אויפֿן סמך פֿון צענדליקער גריכישע און אַראַבישע קוואַלן. אין דער מיטל־עלטער איז די דאָזיקע שטאָט געווען אַ וועלט־באַרימטער צענטער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אינעם אַרלער מוניציפּאַלן מוזיי געפֿינען זיך אַ סך ייִדישע חפֿצים און היסטאָרישע דאָקומענטן. קיין לעבעדיקע ייִדישע קהילה, אַחוץ אַ קנאַפּער צאָל יחידים, איז אָבער מער נישטאָ אין דער שטאָט.
דער פֿײַכטער זומפּיקער באָדן פֿון קאַמאַרג איז גוט פֿאַר רײַז־פֿאַרמערײַ. דער אוניקאַלער אָרטיקער רויטער סאָרט רײַז דינט סײַ ווי אַ געשמאַקער מאכל, סײַ ווי אַ פּאָפּולערער טוריסטישער סוּוועניר. דזשאַן נייטאַן, אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע און אַ קענערין פֿון ייִדישע מאכלים, וועלכע האָט געשאַפֿן אַ צאָל טעלעוויזיע־דאָקומענטאַרן אויף דער דאָזיקער טעמע, שרײַבט אין איר בוך „קיש, קוגל און קוסקוס‟ וועגן די קולינאַרישע טראַדיציעס פֿון פֿראַנצויזישע ייִדן, אַז די ייִדישע סוחרים פֿון פּערסיע, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אַרום קאַמאַרג אין דער מיטל־עלטער, האָבן געבראַכט די דאָזיקע תּבֿואה קיין פֿראַנקרײַך.
נייטאַנס השערה לייגט זיך אויפֿן שׂכל, הגם ס׳איז שווער צו באַשטימען אויף זיכער, ווער עס האָט פֿאַרשפּרייט רײַז אין פֿראַנקרײַך, ייִדן צי די שפּאַנישע מוסולמענער. דער דרומדיקער ראַיאָן פֿונעם לאַנד איז במשך פֿון הונדערטער יאָר געווען אַ צענטער פֿון בונטן קולטור־סינטעז. טודרוס טודרוסי פֿון אַרל און אַ צאָל אַנדערע פּראָוואַנסאַלער ייִדישע מחברים האָבן איבערגעזעצט אַ סך פּערסיש־אַראַבישע ביכער, וווּ עס ווערן טאַקע צומאָל דערמאָנט רײַז־רעצעפּטן, אויף לשון־קודש. די אַרלער ייִדישע איבערזעצער זענען טאַקע געווען צווישן די גרעסטע קענער פֿון דער מיזרחדיקער קולטור אינעם ראַיאָן.
אָנהייבנדיק פֿונעם 15סטן יאָרהונדערט ווערט אין די דאָקומענטן פֿון דרום־פֿראַנקרײַך דערמאָנט אַן אַנדער פֿאָלק, היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט אינדיע און פּערסיע — נעמלעך, די ציגײַנער. בערך מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, האָט אַ געוויסע גרופּע מענטשן, וואָס איר גענויע פֿאָר־געשיכטע בלײַבט נאָך אַלץ אַ רעטעניש, זיך געלאָזט נע־ונדעווען פֿון אינדיע און אָנגעקומען דורך איראַן קיין אייראָפּע, וווּ זי האָט זיך, ממשך פֿון דער צײַט, פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנצער ריי עטנישע גרופּעס.
אויף דער דרום־מערבֿדיקער זײַט פֿון קאַמאַרג געפֿינט זיך די צווייט־גרעסטע שטאָט אינעם ראַיאָן — סענט־מאַרי־דע־לאַ־מער. שטענדיק וווינען דאָרטן בלויז בערך 2.5 מענטשן, אָבער במשך פֿונעם זומערדיקן סעזאָן קומען אַהין צענדליקער טויזנטער טוריסטן. דאָס שטעטל איז זייער גאַנץ אַלט און ווערט דערמאָנט אונטערן נאָמען „ראַ‟ אין די ווערק פֿונעם רוימישן שרײַבער אַוויענוס, וועלכער האָט געלעבט אינעם 4טן יאָרהונדערט.
הײַנט איז סענט־מאַרי־דע־לאַ־מער באַקאַנט ווי אַ וועלט־צענטער פֿון דער ציגײַנערישער קולטור, פֿאַרבונדן מיט דער מיסטעריעזער פֿיגור פֿון „שוואַרצער שׂרה‟. אַ טייל קאַטוילישע ציגײַנער גלייבן, אַז זי איז געווען אַ הייליקע פֿרוי, וועלכע בעט איצט אויף יענער וועלט דעם באַשעפֿער צו באַשיצן דאָס ציגײַנערישע פֿאָלק. יעדעס יאָר קומען אינעם שטעטל טויזנטער פּילגרימען צו באַזוכן דעם היכל פֿון דער „שוואַרצער שׂרה‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם אוראַלטן קלויסטער — אַן אוניקאַלער אַרכיטערקטור־דענקמאָל, אויסגעבויט פֿונעם 9טן ביזן 12טן יאָרהונדערט. דער קלויסטער האָט געדינט ווי אַ מקום־מיקלט און אַ פֿעסטונג אין דער תּקופֿה, ווען די וויקינגען און סאַראַצינען פֿלעגן אַטאַקירן דעם פֿראַנצויזישן ים־ברעג.
לויט די ציגײַנערישע לעגענדעס, האָבן אַ צאָל נאָכפֿאָלגער פֿון יעזוס, אַרײַנגערעכנט דרײַ ייִדישע פֿרויען מיטן נאָמען מרים, געמוזט אַנטלויפֿן אויף אַ שיף פֿון די רוימישע רדיפֿות קעגן די פֿריִיִקע קריסטן. צוזאַמען מיט זיי איז מיטגעפֿאָרן אַ טונקל־הויטיקע פֿרוי מיטן נאָמען שׂרה — אַ מיצרית אָדער אַ ציגײַנערין. די שיף איז אָנגעקומען, על־פּי־נס, קיין סענט־מאַרי־דע־לאַ־מער.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ייִדן אין אַרל האָבן אויך געגלייבט, אַז זייערע אָבֿות זענען אָנגעקומען קיין קאַמאַרג על־פּי־נס. לויט זייער לעגענדע, האָט אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע שיף זיי געבראַכט אַהין נאָכן חורבן־בית־המיקדש.
לעצטנס, אין שײַכות מיט דען בראַונס ראָמאַן „דער קאָד פֿון דאַ־ווינטשי‟, האָבן אַ צאָל שרײַבער פֿאָרגעלייגט אַ השערה, לויט וועלכער די דאָזיקע פֿרוי איז געווען אַ טאָכטער פֿון יעזוס און מאַריע מאַגדאַלענע — די געוועזענע זונה, מרים פֿון דער שטאָט מגדלא אין גליל, וועלכע האָט תּשובֿה געטאָן אונטער דער השפּעה פֿון איר „רבין‟, יהושע הנוצרי, און האָט מיט אים חתונה געהאַט. לויט דער דאָזיקער ווערסיע באַקומט זיך, אַז די ציגײַנערישע קדושה איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי.
די הויפּטשטראָמיקע קריסטן באַטראַכט אַזאַ טעאָריע, פֿאַרשטייט זיך, ווי אַ געפֿערלעכע כּפֿירה. ס׳רובֿ היסטאָריקער מיינען, אַז די „שוואַרצע שׂרה‟ איז בלויז אַ פֿאָלק־אויסטראַכטעניש. אייניקע פֿאָרשער מיינען אַפֿילו, אַז זי רעפּרעזענטירט, אין דער אמתן, אַ פֿאַרקריסטלעכטע ווערסיע פֿון דער אינדישער געטין קאַלי.
ליליט מאַזיקינאַ, אַ באַקאַנטע מאָסקווער ציגײַנערישע קולטור־טוערין און עקספּערטין, האָט באַמערקט, אַז די „שוואַרצע שׂרה‟ איז פּאָפּולער בלויז צווישן די שפּאַניש־ און פּאָרטוגאַליש־רעדנדיקע ציגײַנער, באַקאַנט ווי די „קאַלע‟. אין מיזרח־אייראָפּע אָנערקענט מען זי, געוויינטלעך, נישט. די קולטור פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע גרופּעס, וואָס רעדן אויף זייער אייגענער ציגײַנערישער שפּראַך, שיידט זיך בכלל שטאַרק אונטער פֿון די מערבֿדיקע ציגײַנער.
אַזוי צי אַזוי, פֿאַרזאַמלען זיך בערך 15,000 פּילגרימען יעדעס יאָר אין סענט־מאַרי־דע־לאַ־מער, כּדי מכבד צו זײַן די מיסטעריעזע קדושה. אינעם שטעטל ווערן כּסדר דורכגעפֿירט פֿעסטיוואַלן פֿון ציגײַנערישער מוזיק און טענץ. די עיקר־צערעמאָניע קומט פֿאָר דעם 24סטן און 25סטן מײַ, ווען מע טובֿלט אינעם ים די סטאַטוע פֿון דער „שוואַרצער שׂרה‟. איז זי געווען אַ ייִדישע פֿרוי, אַ ציגײַנערישע, גאָר אַ מיצרישע צי סתּם אַן אויסטראַכטעניש בלײַבט איינער פֿון די אומצאָליקע רעטענישן פֿון דער אוראַלטער געגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.