נתניהוס נײַער שאַרפֿער טראָט

Netanyahu's New Sharp Turn

ישׂראלדיקע קינדער שפּילן זיך דעם 2טן סעפּטעמבער אינעם אומלעגאַלן ייִשובֿ גבֿעות
Miriam Alster/Flash 90
ישׂראלדיקע קינדער שפּילן זיך דעם 2טן סעפּטעמבער אינעם אומלעגאַלן ייִשובֿ גבֿעות

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published September 04, 2014, issue of September 26, 2014.

ווען די מלחמה אין עזה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו, פֿאַרדומפּט זײַן רעכטן „שפּאַרבערישן‟ טאָן. דעם 27סטן אויגוסט האָט ער גערעדט וועגן דעם „מעגלעכן דיפּלאָמאַטישן האָריזאָנט‟ און פֿאָרגעלייגט צו באַנײַען די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. מע האָט איבערגעגעבן, אַז נתניהו האָט זיך בסוד געטראָפֿן אין יאָרדאַניע מיטן פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס.

זונטיק, דעם 31סטן אויגוסט, האָט אָבער נתניהו פּלוצעם באַשלאָסן אָפּצונעמען בײַ די פּאַלעסטינער אַ שטח פֿון כּמעט 1,000 אַקער אויפֿן מערבֿ־ברעג, לעבן דעם ייִשובֿים־בלאָק עציון. לויט דעם באַשלוס, וועט דאָס לאַנד פֿון איצט אָן געהערן צו דער ישׂראלדיקער מלוכה; די פּאַלעסטינער טאָרן נישט בויען דאָרטן הײַזער אָדער פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרמערײַ. די ישׂראלדיקע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז די רעגירונג האָט אָפּגענומען דעם שטח ווי אַ שטראָף פֿאַרן פֿאַרכאַפּן און דערמאָרדן דרײַ ישיבֿה־בחורים אין יוני.

דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט קריטיקירט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער און באַטאָנט, אַז דער נײַער אַקט פֿון לאַנד־קאָנפֿיסקאַציע — דער גרעסטער אין צענדליקער יאָר — שטערט דעם שלום־פּראָצעס. די לינק־געשטימטע אָרגאַניזאַציע „שלום עכשיו‟ האָט געמאָלדן, אַז מיטן דאָזיקן טראָט האָט נתניהו געוויזן, אַז ער קלײַבט זיך נישט צו פֿאַרברייטערן קיין „דיפּלאָמאַטישן האָריזאָנט‟. חגית עופֿרן, וועלכע פֿירט אָן מיטן אויפֿזיכט איבער לאַנד־קאָנפֿיסקאַציעס בײַ „שלום עכשיו‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז נתניהוס באַשלוס איז אַ קלאָרער סימן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג איז נישט פֿאַראינטערעסירט אין די פֿאַרהאַנדלונגען און פּשרות, נאָר פּלאַנירט צו בויען ווײַטער די ייִשובֿים.

אַ טייל עקספּערטן האַלטן אָבער, אַז די פּלוצעמדיקע אַקציע פֿונעם פּרעמיער וועט נישט גורם זײַן קיין גרויסן היזק דעם דיפּלאָמאַטישן מצבֿ פֿון ישׂראל, ווײַל דער אָפּגענומענער שטח לאַנד געפֿינט זיך אין אַן אָרט, וווּ די ישׂראלדיקע רעגירונג וואָלט סײַ־ווי־סײַ נישט מסכּים געווען עס אָפּצוגעבן צו די פּאַלעסטינער. ס׳איז אויך דערווײַל נישט קלאָר, צי די רעגירונג וועט אָננעמען נתניהוס באַשלוס. במשך פֿון 45 טעג קאָנען די פּאַלעסטינער אַפּעלירן אין די ישׂראלדיקע געריכטן און פֿאָדערן צוריק דאָס לאַנד.

למעשׂה, האָט נתניהו אָבער שוין פֿאַרווערט די פּאַלעסטינער צו באַנוצן זיך מיטן שטח, וווּ עס שטייט אַן ישׂראלדיקער אומלעגאַלער ייִשובֿ, גבֿעות. יאיר לפּיד, דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿון דער צענטריסטישער פּאַרטיי „יש עתיד‟, האָט דינסטיק באַטאָנט, אַז דעם פּרעמיערס באַשלוס שאַט דער ישׂראלדיקער מלוכה. „פֿאַרוואָס האָט מען געדאַרפֿט שאַפֿן אַ נײַעם קריזיס אין די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער וועלט?‟ — האָט ער געפֿרעגט.