נישט לאַנג צוריק, האָט דער אינסטיטוט „שם עולם‟ אינעם ישׂראלדיקן מושבֿ כּפֿר־הרואה, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט בילדונג־פּראָגראַמען, דאָקומענטאַציע און פֿאָרשונגען וועגן דער ייִדישער אמונה אין שײַכות מיטן חורבן, האָט אַנטדעקט אַן אומגעוויינטלעכע קמיע, געמאַכט פֿון צוויי אַלטע מטבעות אין דער לאָדזשער געטאָ. ס׳זעט אויס, אַז אַ ייִנגל האָט עס געשאַפֿן פֿאַר זײַן מאַמען, כּדי זי זאָל אים נישט פֿאַרגעסן, אויב ער ווערט פֿאַרטיליקט אין אַ גאַז־קאַמער.
אויף דער אַליין־געמאַכטער באַצירונג שטייט אָנגעשריבן אויף פּויליש: „מיט ליבשאַפֿט פֿאַר מײַן מאַמע, פֿון אַבֿרהם, לאָדזשער געטאָ, מאַרץ 1943‟. אויף דער צווייטער מטבע האָט דאָס קינד אויסגעקריצט אַ בילד פֿון דער געטאָ, באַגלייט מיט די פּוילישע ראָשי־תּיבֿות פֿון דער מאַמעס נאָמען.
די וועבזײַט Ynet האָט איבערגעגעבן, אַז אַ פּאָליאַק האָט געפֿונען די קמיע צווישן די חורבֿות פֿון דער לאָדזשער געטאָ. זײַנע יורשים האָבן עס שפּעטער איבערגעגעבן דעם אינסטיטוט, וועלכער האָט אויסגעפֿאָרשט די ביאָגראַפֿיעס פֿון דער משפּחה, מיט וועלכער דאָס געפֿינס איז פֿאַרבונדן.
די מאַמע און די זון זענען ביידע אומגעקומען אין אַ טויט־לאַגער מיט אַ יאָר נאָך דעם, ווי ער האָט געשאַפֿן זײַן אָנדענק־מתּנה. אַ ריי זייערע קרובֿים זענען, צוערשט, פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַן אַרבעט־לאַגער, און שפּעטער — אויך פֿאַרניכטעט געוואָרן פֿאַר דער דאַטע, וואָס שטייט געשריבן אויף דער קמיע.
הרבֿ אַבֿרהם קריגער, דער דירעקטאָר פֿון „שם עולם‟, האָט באַמערקט, אַז דאָס אוניקאַלע געפֿינס איז אַן עדות פֿון אַ ליבשאַפֿט צווישן אַ מאַמע און אַ זון. אין דער שוידערלעכער צײַט פֿון רדיפֿות און פֿאַרטיליקונג, האָבן זיי געוואָלט געדענקען איינער דעם צווייטן, לעבנדיק אין איינער פֿון די שרעקלעכסטע און געדיכט־באַוווינטע פּוילישע געטאָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.