ייִדן האָבן במשך פֿון דער געשיכטע נישט געהאָדעוועט קיין הינט, אַזוי ווי די גויים האָבן געטאָן. ייִדן האָבן מורא געהאַט פֿאַר הינטישער רוגזה. נאָך אַלעמען, שטאַמען זיי פֿאָרט אָפּ פֿון וועלף. אין שטעטל איז אַרומגעגאַנגען צווישן די ייִדישע קינדער אַזאַ מין גלימל:
„הינט! הינט! דו ביסט עשׂוס קינד,
אַז דו וועסט מיך בײַסן,
וועל איך דיך צערײַסן.‟
אָבער דאָ אין אַמעריקע, וווּ יונגע מענטשן קינדלען זייער זעלטן, כאָוועט מען הינטעלעך, במקום קינדערלעך, און נישט סתּם הינטעלעך, נאָר אויסגעפּוצטע פּופּעלעך מיט מאַניקורירטע נעגעלעך, מען טראָגט זיי אַרום דער טאַליע ווי אַן עופֿהלע, אין ספּעציעלע טאָרבעלעך אָדער אין קינדער־וועגעלעך. מען באַצירט זיי אין געשטריקטע סוועטערלעך, היטעלעך, באָטיקלעך, צירונג און וואָס אַ פֿאַנטאַזיע קען צושפּילן.
הינט־פֿלעגע איז הײַנט אַ ריזיקע אינדוסטריע, זיי עסן פֿון קאָנסערווירטע פּושקעלעך, נישט חלילה פֿונעם אָפּפֿאַל פֿון די מאכלים, וואָס מיר עסן. זיי האָבן ספּעציעלע פּאַרק־גערטנער, וווּ זיי טרעפֿן זיך צונויף און לויפֿן אַרום פֿראַנק־און־פֿרײַ, אָן די לאַנגע שטריק אַרום האַלדז, מיט וועלכע מ’כאַפּט מיט זיי אַ שפּאַציר.
דאָרט אין פּאַרק האָב איך בײַגעוווינט אַ געבורטסטאָג־שׂימחה פֿון אַ הינטל, וווּ די גאַנצע משפּחה האָט זיך פֿאַרזאַמלט, מיט ברענענדיקע ליכטלעך אויפֿן צוגעגרייטן טאָרט; מען האָט געזונגען „העפּי־בוירטדיי טו סוויטי, אָדער בייבי, אָדער פּופּסי…‟
מען האָט אויפֿגעשטעלט פֿאַר הינט זומער־קאָלאָניעס מיט ספּעציעלע באַסיינען און גרימירונג. עס זײַנען פֿאַראַן אין יעדער שטאָט אַ סופּערמאַרקעט פֿאַר הינט, מיט שפּילעכלעך און באַקליידונג, אַפּטייקן און וועטערינאַרן, וואָס פֿאַרדינען דערבײַ גוטע געלטער; שערער, שוין אָפּגערעדט פֿון הינט־זיצערס, וואָס פּילנעווען דאָס הינטל, ווען די בעלי־בתּים כאַפּן זיך אַרויס אויף אַ רײַזע. מיט איין וואָרט, ס’איז הײַנט גוט צו זײַן אַ הונט, ספּעציעל אַ ייִדישער הונט. איך האָב געהאַט אַ פֿרײַנד, וועלכער האָט געפּראַוועט אַ בר־מיצווה פֿאַר זײַן ליבלינג הינטל.
און ווער קען פֿאַרגעסן קאַדיע מאַלאַדאָווסקיס פּאָעמע „די דאַמע מיטן הינטל‟? ווען די דאַמע פֿאָדערט:
„גיט אַהער מײַן באַגאַזש —
אַ קערבל,
אַ קעסטל,
אַ קליין טשעמאָדאַן,
אַ פּעקל,
אַ זעקל.
אַ פּודעלע גרויס ווי אַ פּינטל,
און אַ קליין הינטל.‟
דערווײַל איז איר הינטל פֿאַרשוווּנדן און אַנשטאָט דעם, ברענגט מען איר:
„אַ הונט,
אַ פּוד מיט אַ פֿונט.
גיט די דאַמע אַ קוויטש:
׳רוצח! אָט דאָס איז מײַן הונט?׳‟
קלערט מען איר אויף:
„אַז דרײַ טעג אין וועג איז איר הינטל קיין עין־הרע געוואַקסן און געוואָרן אַ הונט, אַ פּוד מיט אַ פֿונט.‟
להבֿדיל, אינעם עסיי „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער‟, שילדערט חיים גראַדע אַ געצוויטשעטן הונט, ווען ער מאָלט אָפּ אַ מענטשן, וואָס ווערט נתפּעל פֿון זײַן אייגענער חכמה, און פֿאַלט אַרײַן אין אַ גאווה פֿון זײַנע קענטענישן און פֿאַרשטאַנד.
(…) „נאָר ווען עס גיט זיך דעם הונט אַ פֿאַרוועל עפּעס, פֿאַרגעסט ער אַלע זײַנע תּורות, זײַנע חושים זײַנען שטאַרקער פֿון זײַן פֿאַרשטאַנד. ווי אַ מושטירטער הונט וואָס גייט באַלעבאַטיש אויף אַ שפּאַציר אין די פֿוסטריט פֿון זײַן באַלעבאָס און גיט זיך מיט איין מאָל אַ רײַס אָפּ, ווען ער דערזעט אַ צויג.‟
דאָ האָט איר די גאַנצע חכמה פֿון אַ הונט, וואָס כּל־זמן ער איז זיכער מיט זײַן טרענירטן פֿאַרשטאַנד, ווייסט ער גענוי, וווּ ער צילט, ביז ער דערשפּירט, אַז עפּעס האָט זיך אים פֿאַרוועלט.
די טעג טרעף איך זיך אָן אין מײַנס אַ שכנה און זי קען גאָרנישט צו זיך קומען פֿון די חכמות פֿון איר הינטעלע. קוק איך זי אָן סקאָס; זיי האָבן נישט קיין קינדער, געלט פֿעלט נישט, לייגט מען אַרײַן די באָבע מיטן זיידן אין איר „בייבי‟.
„ס’קומט אונדז אַ מזל־טובֿ, — באַגעגנט זי מיך מיט אַן אויפֿגעלעבט פּנים, — מיר זײַנען די עלטערן פֿון אַ פֿינף־יעריק טשיוואַוועלע, און זי פֿאַרדינט זיך אַ יעדן קוש אין פּיסקל, זי ברענגט אונדז אַזוי פֿיל נחת, אָסור אַ קינד, און מיר ווערן משוגע, נישט וויסנדיק ווי זי צו באַדינען.
„יעדן מאָנטיק שלעפּט מען זי אין ׳ביוטי־פּאַרלאָר׳, דאָרט קריגט זי אַ מאַניקור און אַ פּעדיקור; יעדן דינסטיק גייט מען צום דענטיסט, וווּ מען גיט אַכטונג אויף אירע ציינדעלעך. איך וואַש איר די ציין מיט ציין־פּאַסטע יעדן פֿרימאָרגן און יעדן אויפֿדערנאַכט איידער זי לייגט זיך שלאָפֿן, וואָס אַן אמת שלאָפֿט זי מיט אונדז. יעדן מיטוואָך נעמט מען זי צום טעראַפּיסט, וווּ מען אַנאַליזירט זי. וואָס אַן אמת, בילט דאָס הינטל אָן אויפֿהער; זאָגט דער טעראַפּיסט, אַז מען מוז זי נעמען צו אַ פּסיכיאַטער. נעמט מען זי יעדן דאָנערשטיק צום פּסיכיאַטער, זאָגט ער אונדז, אַז עמאָציאָנעל איז דאָס הינטל צערודערט, פּסיכיש איז זי אַ מעזאַנטראָפּ, זי האָט נישט ליב זיך צו חבֿרן מיט אַנדערע הינט, און אפֿשר לײַדט זי פֿון דימענסיע אָדער אָלצהײַמערס.
„יעדן פֿרײַטיק — צום וועטערינאַר, ער נעמט אַ רענטגען פֿון אירע לונגען און לעבער. די לעבער איז אַ ביסל פֿאַרגרעסערט, גייט מען אין דער הינטישער אַפּטייק, וווּ מיר קויפֿן פֿאַר איר אײַן מעדיקאַמענטן, וואָס קאָסטן אַ מאָיאָנטעק. דעם סוף־וואָך האָבן מיר אַ חתונה אין קאָנעטיקעט, מוזן מיר צונעמען אַ הונט־זיצער אויף צוויי טעג, און מיר זאָגן אים אָן ס’לעבן צו היטן אונדזער קינדעלע, ווי דאָס אויג אין קאָפּ.‟
אין ישׂראל האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַ הינטל, אַ פּראָסט און פּשוט הינטל, עס האָט אָבער פֿאַרמאָגט אַ פּרעכטיק עקעלע, פֿון וועלכן עס זײַנען אַראָפּגעוואַקסן לאַנגע, גאָלדענע האָר. אַלע הינט אין אונדזער געגנט זײַנען ממש פֿאַרכליניעט געוואָרן פֿון איר שיינקייט. זי האָט טאַקע יעדער האַלבע יאָר געבוירן אַ סכום הינטלעך, וועלכע איך האָב פֿאַרטיילט צווישן דער משפּחה. אונדזער הינטל האָט געהייסן „סנופּי‟, לויט דער פֿאָרשטעלונג „טשאַרלי־בראַון‟, וווּ מײַן אַבֿרהמל איז אויפֿגעטראָטן. מאַכט זיך אַזאַ מעשׂה, דער שכן אונדזערער האָט פֿאַרמאָגט אַ טעכטערל פֿון אַ יאָר פֿופֿצן, אין עלטער פֿון אַבֿרהמלען, און די מויד איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון אונדזער שוועל. מ’האָט גאָרנישט געקענט פֿון איר פּטור ווערן.
יעדן זומער פֿלעגט מען פֿאָרן קיין אַמעריקע צו מײַנע עלטערן אין מיאַמי־ביטש. און אַזוי ווי אונדזער ווילע איז געשטאַנען לעבן ים, פֿלעגן מענדלס פֿעטער און מומע אונדז פֿאַרטרעטן, פּילנעווען דאָס הויז מיטן הינטל. איין זומער, ווען מיר האָבן זיך צוריקגעקערט אַהיים, קיין ישׂראל, טרעף איך די מומע ספּאַזמירנדיק. פֿרעג איך זי זייער אומרויִק:
„וואָס איז געשען?‟
צווישן טרערן זײַנען מיר דערגאַנגען, אַז אונדזער שכן איז געקומען מיט אַ ביקס און דערהרגעט אונדזער הינטל סנופּי, נעבעך. זיי האָבן זי באַגראָבן אויפֿן הויף און זינט דעמאָלט קענען זיי נישט שלאָפֿן. ווילן מיר דאָך וויסן די סיבה פֿון אַזאַ אַכזריות, פֿרעג איך דעם שכן: „וואָס האָט פּאַסירט?‟
זאָגט ער מיר: „איך בין דווקא געקומען הרגענען דײַן זון אַבֿרהמלען. מיר געפֿעלט נישט וואָס מײַן טעכטערל פֿאַרברענגט צופֿיל צײַט בײַ אײַך.‟
געהערט אַזאַ מעשׂה, זײַנען מיר נשתּומם געוואָרן. ווער טוט עס אַזאַ זאַך, סײַדן אַ משוגענער? מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די פֿרוי האָט אים אָפּגעגט צוליב דעם, וואָס ער האָט געפֿירט אַ טאָפּלטע בוכהאַלטעריע; ער האָט געהאַט אַ צווייטע משפּחה מיט קינדער אין שוועדן, און גיי רוף אים קנאַק־ניסל. וועמען זאָל אײַנפֿאַלן…
זינט יענע הריגה האָבן מיר אויפֿגעהערט צו פּילנעווען הינט. און אַזוי ווי איך האָב פֿאַרמאָגט מײַנע אייגענע צוויי זינדלעך, אַבֿרהמלען און בנימעלען, האָט מען זיך נישט גענייטיקט אין קיין הינטישער ליבע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.