מאַנדי פּאַטינקין, דער שטערן פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם “Homeland”, האָט דינסטיק געמאָלדן, אַז ער האָט אַ פּלאַן ווי אַזוי צו ברענגען שלום צום מיטעלן מיזרח: ער וועט קאַנדידירן פֿאַר דער פּאָזיציע פֿון ישׂראל־פּרעמיער.
ער האָט געמאַכט די דערקלערונג בעת אַן אינטערוויו מיטן פּאָליטישן הומאָריסט סטיווען קאָלבער אויף דער פּראָגראַם, The Colbert Report. אין איין וועגס האָט פּאַטינקין שוין אויך געלאָזט דעם עולם וויסן וועגן דעם נײַעם סעזאָן פֿון זײַן אייגענער פּראָגראַם.
אין “Homeland” — אַ פּאָליטישע דראַמע, אינספּירירט פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־סעריע, „חטופֿים‟ — שפּילט פּאַטינקין דעם דירעקטאָר פֿונעם מיטל־מיזרח־אָפּטייל פֿון דער „סי־אײַ־אײַ‟.
פּאַטינקין איז אָבער נישט בלויז אַ געניטער אַקטיאָר, נאָר אויך אַ שטאָלצער ייִד, מיט אַ טיפֿער ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. אין 1998 האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל, „מאַמע־לשון‟, וווּ ער זינגט אַ קראַנץ באַקאַנטע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט „יאָמע יאָמע‟ און מרדכי געבירטיגס „היי ציגעלעך‟, ווי אויך ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגלישע לידער.
פּאַטינקינס פֿאָרלייג צו קאַנדידירן פֿאַר פּרעמיער האָט אַרויסגערופֿן באַגײַסטערטע אַפּלאָדיסמענטן בײַם עולם.
„מײַן אײַנפֿאַל איז אַזאַ,‟ האָט פּאַטינקין דערקלערט פֿאַר קאָלבער. „נעמענדיק אין באַטראַכט דײַן רעכט־געשטימטן קוקווינקל, וואָלט איך דיך געמאַכט פֿאַרן עצה־געבער פֿון זיכערהייט־ענינים, ווײַל זיכערהייט איז, אַוודאי, אַ פּריאָריטעט אין יענעם ראַיאָן. אַז דו וועסט דינען ווי דער הויפּט פֿון דער זיכערהייט, און איך — ווי דער הויפּט פֿון אַ מער מאָראַלישן צוגאַנג צו דער מענטשהייט, וואָלטן מיר, אין איינעם, געקאָנט באַרויִקן דעם ראַיאָן, און פֿון צײַט צו צײַט — אויך אַ ביסל לאַכן פֿון זיך.‟
„אָבער אויב איך נעם אָן די פּאָזיציע, וועל איך מוזן פֿאָרן אַהין?‟ האָט קאָלבער געפֿרעגט, אַ באַזאָרגטער.
„ניין, דו וועסט קאָנען דורכפֿירן אַלע זײַנע פֿליכטן, דאָ פֿון דײַן סטודיאָ,‟ האָט פּאַטינקין אים פֿאַרזיכערט.
אויך פֿאַראַיאָרן, בײַם אָנהייב פֿונעם דריטן סעזאָן פֿון “Homeland”, איז פּאַטינקין געווען אַ גאַסט אויף קאָלבערס פּראָגראַם, וווּ ער האָט „געשטעלט אַ חופּה‟ און אַפֿילו געמאַכט אַ „שהחיינו‟, דערקלערנדיק דעם עולם, אַז דאָס איז „אַ ברכה וואָס פֿײַערט אַ נײַעם אָנהייב‟.
דער נײַער סעזאָן פֿון “Homeland” וועט זיך אָנהייבן דעם 5טן אָקטאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.