יעל גערמאַן, די ישׂראלדיקע מיניסטאָרין פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג, וואָלט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אינעם פֿילם „Dr. Strangelove‟, סטענלי קובריקס קלאַסישע קינאָ־סאַטירע וועגן דער „קאַלטער מלחמה‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 1964. אינעם דאָזיקן פֿילם, האָט דזשעק ריפּער, אַ גראָבער אַמעריקאַנער גענעראַל, אָנגעהויבן אַן אַטאָם־מלחמה, ווײַל ער האָט חושד געווען, אַז די רוסן האָבן פֿאַרסמט די וואַסערלייטונג אין אַמעריקע מיטן פֿלואָריד; אין דער אמתן, ווי באַקאַנט, גיט מען צו דעם דאָזיקן כעמישן שטאָף אינעם וואַסער, כּדי אָפּצוהיטן די באַפֿעלקערונג פֿון צרות מיט די ציינער.
אַזוי ווי דער דערמאָנטער קינאָ־פּערסאָנאַזש, איז גערמאַן זייער פֿאַרזאָרגט מיט דער קוואַליטעט פֿונעם ישׂראלדיקן טרינק־וואַסער. אָנהייבנדיק פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, האָט זי פֿאַרווערט צוצוגעבן דעם פֿלואָריד אין דער וואַסערלייטונג־סיסטעם. דער דאָזיקער באַשלוס האָט אַרויסגערופֿן אַ קריטיק מצד די ישׂראלדיקע אַלגעמיינע און ציין־דאָקטוירים. אינעם יאָר 2005, האָט אַ רעגירונג־קאָמיטעט געעצהט, אַז די אָרטיקע מוניציפּאַליטעטן זאָלן, לכל־הפּחות, דערלאָזן די וואַסער־פֿלואָריזאַציע ווי אַן אָפּציע.
די מיניסטאָרין האַלט אָבער שטאַרק קעגן דעם. ווען זי האָט געדינט ווי די מעיאָרין פֿון הרצליה פֿון די סוף 1990ער ביז די אָנהייב 2000ער יאָרן, האָט זי באַזײַטיקט דעם פֿלואָריד פֿון דער שטאָטישער וואַסערלייטונג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט זי דערקלערט, אַז דער דאָזיקער שטאָף קאָן שאַטן די שוואַנגערע פֿרויען, זקנים און פּאַציענטן מיט געוויסע קראַנקייטן. דערצו, האָט זי צוגעגעבן, דאַרפֿן די ישׂראלדיקע בירגער האָבן דאָס רעכט אַליין צו באַשטימען, ווי אַזוי זיי זאָלן אָפּהיטן זייער ציינער.
ד״ר אַרנון אַפֿק, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם מיניסטעריום, האָט דערקלערט, אַז מע טאָר נישט צווינגען די בירגער אײַנצונעמען אַ געוויסע רפֿואה, אויב אַפֿילו זי העלפֿט זייער געזונט־מצבֿ. די אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ציין־דאָקטוירים האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן די חשדים פֿון די סקעפּטיקער, און אָנגעוויזן אין אַ ריי פֿאָרשונגען, אַז דער קליינער סכום פֿונעם פֿלואָריד אינעם טרינק־וואַסער שאַט קיינער נישט, אַרײַנגערעכנט די קאַטעגאָריעס מענטשן, וואָס גערמאַן האָט דערמאָנט.
ביז איצט, האָט 70 פּראָצענט פֿונעם ישׂראלדיקן טרינק־וואַסער אַנטהאַלטן דעם פֿלואָריד — נאָענט צו די 67 פּראַָצענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון הײַנט אָן, אָבער, איז ישׂראל אַרײַן אין דער רשימה פֿון די לענדער, אַרײַנגערעכנט פֿינלאַנד, דײַטשלאַנד, יאַפּאַן, האָלאַנד און שוועדן, וווּ די פֿלואָריזאַציע פֿון דער וואַסערלייטונג איז פֿאַרבאָטן. די ישׂראלדיקע אַסאָציאַציע פֿון ציין־דאָקטוירים האָבן געוואָרנט, אַז גערמאַנס באַשלוס וועט, למעשׂה, נישט אָפּהיטן, נאָר שאַטן דעם געזונט־מצבֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.