דעם 28סטן אויגוסט 1864 זײַנען צוויי לײַט זיך צונויפֿגעגאַנגען אין אַ דועל. געשען איז עס אין אַ וועלדל ניט ווײַט פֿון זשענעווע. איינער פֿון די דועלאַנטן איז געווען פֿערדינאַנד לאַסאַל, דער 39־יאָריקער דײַטשישער סאָציאַליסטישער פֿירער. קיין מזל האָט ער אין יענעם טאָג ניט געהאַט. אַ שווער-פֿאַרוווּנדיקטער, איז ער, ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען פֿון באַקאַנטע דאָקטוירים, דעם 31סטן אויגוסט געשטאָרבן. דער צווייטער, מזלדיקער, אָנטיילנעמער אין דעם דועל איז געווען דער מענטש, וואָס אים האָבן אויסגעקליבן די עלטערן פֿון דער יונגער פֿרוי, אין וועלכער לאַסאַל האָט זיך פֿאַרליבט. אירע עלטערן איז גאָר ניט אָנגעשטאַנען צו האָבן פֿאַר אַן איידעם אַ ייִדן און דערצו נאָך אַ סאָציאַליסט.
אַזוי, טראַגיש-טעאַטראַליש (קאַרל מאַרקס האָט אין שײַכות מיט לאַסאַלס טויט גענוצט דאָס וואָרט „פֿאַרס‟), האָט זיך איבערגעריסן דאָס לעבן פֿון דעם טוער, וואָס האָט פֿאַקטיש געשאַפֿט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין דײַטשלאַנד. דעם 23סטן מײַ 1863 האָט לאַסאַל צונויפֿגעקליבן אין לײַפּציג אַ פֿאַרזאַמלונג, בשעת וועלכער עס איז געגרינדעט געוואָרן דער אַלגעמיינער דײַטשישער אַרבעטער-פֿאַראיין. לאַסאַל איז געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דעם נײַעם פֿאַראיין.
דער אָנהייב איז געווען אַ באַשיידענער: אין אויגוסט 1863 האָט דער פֿאַראיין געהאַט אין גאַנצן 880 מיטגלידער, און צום סוף פֿונעם ערשטן יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ האָט די מיטגלידערשאַפֿט דערגרייכט בלויז פֿינף טויזנט נפֿשות, וואָס איז געווען זייער ווײַט פֿון די 100 טויזנט, וואָס לאַסאַל האָט אויף אַזאַ צאָל זיך געריכט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דווקא פֿון דער דאָזיקער קליינצאָליקער סבֿיבֿה איז שפּעטער אויסגעוואַקסן די דײַטשישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, וועלכע איז געוואָרן דער מוסטער פֿאַר סאָציאַליסטן אין אַנדערע לענדער, אַמעריקע בתוכם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.