לויט פֿאַרשידענע באַריכטן אין דער קאַנאַדער און גוואַטעמאַלער פּרעסע האָט די קאָנטראָווערסיעלע חסידישע סעקטע „לבֿ טהור‟ פֿאַרלאָזט דאָס דאָרף „סאַן כואַן לאַ לאַגונאַ‟ אין צוויי אויטאָבוסן, און זענען געפֿאָרן אין דער הויפּטשטאָט „גוואַטעמאַלאַ‟, נאָך דעם וואָס דער ראַט פֿון עלטערע אינדיאַנער פֿירער אינעם דאָרף האָבן מיטוואָך, דעם 27סטן אויגוסט, אַרויסגעלאָזט אַ פּסק, אַז די לבֿ־טהורניקעס מוזן פֿאַרלאָזן זייערע היימען.
דער גירוש איז פֿאָרגעקומען ווייניקער ווי 9 חדשים נאָך דעם, וואָס די קהילה האָט זיך באַזעצט אינעם טוריסטישן דאָרף 150 קילאָמעטער פֿון דער הויפּטשטאָט, נאָכן פֿאַרלאָזן קאַנאַדע, כּדי אויסצומײַדן פֿאַרשידענע אויספֿאָרשונגען דורך די אינסטאַנצן, וואָס היטן אָפּ דעם ווויל־זײַן פֿון קינדער אין די פּראָווינצן פֿון קוועבעק און אָנטאַריאָ.
אין אַפּריל האָט מען אַרעסטירט 7 מיטגלידער פֿון „לבֿ־טהור‟ אין טשאַטאַם, אָנטאַריאָ, צוליבן עובֿר זײַן אויף די קאַנאַדער אימיגראַציע־געזעצן. דעם פֿאָריקן האַרבסט, 2013, זענען בערך 250 מיטגלידער פֿון „לבֿ טהור‟ אַנטלאָפֿן פֿון קוועבעק קיין אָנטאַריאָ, נאָכן דערוויסן זיך, אַז די קוועבעקער רעגירונג האָט פּלאַנירט צוצונעמען בײַ זיי די קינדער, צוליבן חשד, אַז די קינדער ווערן באַלעסטיקט דורך דער סעקטע. די קאַנאַדער אינסטאַנצן האָבן געוואָלט אויספֿאָרשן די טענות, אַז די לבֿ טהורניקעס האָבן ניט געגעבן די קינדער אַ פּאַסיקע דערציִונג און האָבן זיי געצוווּנגען חתונה צו האָבן צו פֿופֿצן יאָר. „לבֿ טהור‟, פֿון איר זײַט טענהט, אַז די קאַנאַדער רודפֿן זיי צוליב זייערע רעליגיעזע גלויבנס.
אין אַ ווידעאָ־באַריכט פֿונעם AP, זעט מען ווי די לבֿ־טהורניקעס פּאַקן זיך אַרײַן אין אַן אויטאָבוס. אַ פֿרוי מיט אַ שוואַרצן טיכל אויפֿן קאָפּ זאָגט אויף אַ פֿליסיקן שפּאַניש: „מיר ווילן ניט, אַז ס׳זאָל פֿאָרקומען נאָך אַ ייִדישער חורבן. דערפֿאַר פֿאַרלאָזן מיר דאָס דאָרף אויף אַזאַ אופֿן - גיך, אָבער אָן טראַכטן צו פֿיל וועגן דעם. מיר זענען זייער טרויעריק‟. לויטן AP, האָט דער ראַט פֿון עלטערע אינדיאַנער פֿירער געסטראַשעט אָפּצושנײַדן די עלעקטריע און לאָזן אָן וואַסער די ייִדישע הײַזער אינעם דאָרף, אויב זיי איגנאָרירן דעם באַפֿעל אַוועקצופֿאָרן.
די גענויע סיבות, וואָס האָבן גורם געווען דעם דראַסטישן באַשלוס מצד דעם ראַט, זענען דערווײַל אומקלאָר. לויט אַ באַריכט אין דער גוואַטעמאַלער צײַטונג „פּרענסאַ ליברע‟, זענען די אָרטיקע דאָרפֿסלײַט געווען שטאַרק באַליידיקט צוליב דעם, וואָס די נײַ־געקומענע אימיגראַנטן האָבן קוים געהאַט וואָס צו טאָן מיט זיי. באַזונדערס, האָט עס די דאָרפֿסלײַט באַליידיקט, וואָס די ייִדן האָבן ניט אָנגערירט זייערע הענט בײַם קויפֿן עסן אין אַ געשעפֿט און אַפֿילו זיך ניט באַגריסט אויף דער גאַס. נאָך איין באַריכט אין דער זעלביקער צײַטונג האָט דערקלערט, אַז געוויסע דאָרפֿסלײַט האָבן מורא געהאַט, ווען די ייִדן האָבן גענוצט דעם טײַך ווי אַ מיקווה און זיך דאָרטן געבאָדן נאַקעט.
פֿון דעם באַריכט דערוויסט מען זיך אַז די לבֿ־טהורניקעס זענען בשלום אָנגעקומען אין דער הויפּטשטאָט, וווּ זיי שטייען צײַטווײַליק אײַן אין אַ זעקס־שטאָקיקן בנין. אַ וואָרטזאָגער פֿאַר „לבֿ טהור‟ האָט איבערגעגעבן די „פּרענסאַ ליברע‟, אַז די גרופּע זוכט איצט אַ פּאַסיקע נײַע היים הינטער דער הויפּטשטאָט גוואַטעמאַלאַ.
די רעאַקציע אויף דעם גירוש אין גוואַטעמאַלאַ, איז צום מערסטנס, געווען אַ נעגאַטיווע. פּראָמינירטע זשורנאַליסטן האָבן פֿאַרדאַמט דעם באַשלוס פֿון די דאָרפֿסלײַט ווי אַ ראַסיסטישער. דער „ראַט פֿאַר מענטשנרעכט‟, אַ מלוכישע אַנשטאַלט, וואָס האָט פּרובירט צו העלפֿן די צוויי גרופּעס צוזאַמענלעבן בשלום, האָט געזאָגט די „פּרענסאַ ליברע‟, אַז „ס׳איז ניטאָ קיין סיבה - אַ רעליגיעזע, פּאָליטישע, עטנישע אָדער מאָראַלישע - מע זאָל סטראַשען אָדער אַרויסוואַרפֿן אויסלענדער פֿון ערגעץ־וווּ אין גוואַטעמאַלאַ אָדער באַשליסן, אַז אַ גרופּע פֿרעמדע־לײַט קען דאָ ניט בלײַבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.