סאַטמער־דערצויגענער רבֿ ווערט פֿירער פֿון מאָדערן־פֿרומער שיל

Satmar-Raised Rabbi Now Heads a Modern Orthodox Synagogue

הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ ווערט אינטערוויויִרט דורכן טעלעוויזיע־קאַנאַל The Jewish Channel, אין 2009
YouTube
הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ ווערט אינטערוויויִרט דורכן טעלעוויזיע־קאַנאַל The Jewish Channel, אין 2009

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 07, 2014, issue of September 26, 2014.

אַ פּראָגרעסיווע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל אין ברוקלין האָט, נאָכן זוכן מער ווי אַ האַלב יאָר, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ נײַעם רבֿ.

הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ וועט איצט דינען ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ (PHS) — אַן אַקטיווע עדה פֿון בערך 50 יונגע פּאָרלעך און משפּחות, וואָס טרעפֿט זיך אין דער אָרטיקער ייִדישער טאָגשול, „לוריא‟. די מיטגלידער זענען, צום גרעסטן טייל, פּראָפֿעסיאָנאַלן און קינסטלער אין די 20ער און 30ער, וועלכע אַרבעטן אין ברוקלין און דרום־מאַנהעטן.

הרבֿ כּ״ץ איז אָבער נישט סתּם אַ רבֿ: ער איז אַ תּלמיד־חכם, דערצויגן אין די סאַטמערער ישיבֿות פֿון וויליאַמסבורג, מיט סמיכה פֿונעם סאַטמערער דיין, ר׳ יחזקאל ראָט. נאָכן דורכמאַכן אַן אייגנאַרטיקן — און צום טייל, ווייטיקדיקן — וואַנדערוועג, איז דער 46־יאָריקער רבֿ הײַנט אַן אָנגעזעענער פּוסק אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע, און דינט ווי דער הויפּט פֿון תּלמוד־שטודיעס בײַם רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה‟ אין בראָנקס, נ״י — אַ פּאָזיציע וואָס ער וועט ווײַטער אָנהאַלטן, ווײַל זײַן פּאָזיציע אין דער PHS איז דערווײַל אַ טייל־צײַטיקע.

זײַן ערשטער שבת אין דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ (PHS) בעת דעם „לייבאָר־דיי‟ סוף־וואָך האָט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקע באַגײַסטערונג בײַ דער פֿירערשאַפֿט און מתפּללים פֿון דער שיל, און אַ באַשטעטיקונג, אַז זיי האָבן ריכטיק געטראָפֿן בײַם אויסקלײַבן הרבֿ כּ״ץ צווישן די בערך 20 געראָטענע אַפּליקאַנטן, וועלכע האָבן זיך אָנגעבאָטן אויף דער שטעלע.

„הרבֿ כּ״ץ איז איינער פֿון די זעלטענע מענטשן, וועלכע האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט ממש אַ וועלט פֿון תּורה־לערנען און התמדה; פֿון אַ יונגן עלטער שוין אָנערקענט געוואָרן ווי אַן עילוי, און פֿון דעסטוועגן, האָט ער באַשלאָסן צונויפֿצובינדן זײַן געוואַלדיק למדנות מיט אַ פּראָגרעסיווער השקפֿה אין די ראַמען פֿון הלכישער ייִדישקייט,‟ האָט יונתן רײַך, דער פּרעזידענט פֿון דער שיל, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.

נאָך איידער די PHS האָט אָנגעהויבן זוכן אַ רבֿ, האָבן אַ צאָל מיטגלידער שוין געוווּסט וועגן הרבֿ כּ״צס פֿעיִקייטן, דורך זײַן אַרבעט ווי דער הויפּט פֿון לימודי־קודש אין דער „לוריא־שול‟, די אומאָפּהענגיקע ייִדישע טאָגשול, בײַ וועמען די PHS דינגט אָרט פֿאַרן דאַווענען יעדן שבת און יום־טובֿ.

„בעת דעם פּראָצעס פֿון זוכן אַ רבֿ, האָט מען געהאַלטן אין איין דערמאָנען זײַן נאָמען, ווײַל מענטשן האָבן געוווּסט וועגן זײַן רעפּוטאַציע אין לוריא,‟ האָט באַמערקט מיטשעל בעקריצקי, דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט פֿון PHS. „אָבער זײַן גרעסטע מעלה איז וואָס ער קאָן אַזוי גוט די הלכה, און איז באַרימט פֿאַר זײַן דערפֿאַרונג ווי אַ געראָטענער פּוסק.‟

דערבײַ האָט באַקריצקי צוגעגעבן: „אונדזער שיל איז אָרטאָדאָקס, אָבער מיר באַמיִען זיך אויך צו טאָן געוויסע זאַכן, וואָס זענען נאָך אַ ביסל פֿרעמד פֿאַר אַן אָרטאָדאָקסישער שיל. הרבֿ כּ״ץ קאָן אונדז העלפֿן אָנצוטאַפּן דעם נײַעם וועג, ווײַל זײַנע תּשובֿות זענען רעספּעקטירט אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער וועלט.‟

נישט געקוקט אויף אַלע זײַנע מעלות, איז אָבער יאָ דאָ אַ חסרון, וואָס האָט לכתּחילה באַזאָרגט אַ טייל פֿון די מיטגלידער פֿון דער PHS: ער האָט נאָך קיין מאָל נישט אָנגעפֿירט מיט אַ בית־הכּנסת, נישט אַפֿילו ווי אַ פּראַקטיקאַנט אָדער געהילף־רבֿ.

נשירה פּערל, אַ 25־יאָריקע מוזיק־לערערין און אַקטיווע מיטגלידין פֿון דער שיל, האָט טאַקע געהאַט ספֿקות, צי ער איז דער פּאַסיקסטער קאַנדידאַט, ווען ער האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג געהאַלטן אַ דרשה פֿאַר די מתפּללים. „ער האָט געניצט פֿאַרשידענע ווערטער און אויסדרוקן אויף ייִדיש און לשון־קודש, אָן קיין איבערזעצונג, און האָט דערמאָנט מפֿורשים אָן אַ דערקלערונג,‟ האָט זי געזאָגט. „ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ער איז פּשוט נישט גענוג צוטריטלעך פֿאַר די צוהערער, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין ישיבֿה־דערציִונג.‟

פּערלס אײַנדרוק האָט זיך זינט דעמאָלט אָבער געביטן. „מע האָט פֿאַרבעטן די מיטגלידער אויף אַ ׳שאלות־און־תּשובֿות׳ באַגעגעניש מיט אים,‟ האָט זי דערציילט. „ערשט דעמאָלט האָב איך דערזען ווי פֿרײַנדלעך ער איז, ווי גרייט ער איז צו דערקלערן זײַן וועלטבאַנעם. און ווען איך האָב אים געפֿרעגט, ווי וויכטיק איז זײַן באַציִונג צו די אַקטיוויטעטן פֿון PHS מחוץ שבת און יום־טובֿ, האָט ער געענטפֿערט: ׳זייער וויכטיק, נאָך וויכטיקער ווי אָנפֿירן מיטן דאַווענען׳. דאָס איז מיר געווען זייער חשובֿ, ווײַל ס׳האָט מיר געוויזן, אַז ער וועט נישט בלויז זײַן אַ פֿירער פֿון דער קהילה, אָבער אויך אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער קהילה.‟

דערצו האָט זי מער הנאה געהאַט פֿון זײַן לעצטער דבֿר־תּורה, אויפֿן „לייבאָר־דיי‟־שבת. „דאָס מאָל האָט ער איבערגעזעצט אַלע פֿרעמדע ווערטער,‟ האָט זי געזאָגט.

נישט געקוקט אויף שבֿחים וואָס מע גיט אים אָפּ, איז הרבֿ כּ״ץ דווקא אַ באַשיידענער מענטש. זיצנדיק אין אַ קאַפֿע אין צענטער־מאַנהעטן די פֿאַרגאַגענע וואָך, האָט ער געזאָגט, אַז זײַן גרעסטע הנאה בײַם באַקומען די פּאָזיציע אין PHS איז, וואָס עס גיט אים אַ געלעגנהייט צו לערנען תּורה מיט די מתפּללים.

„מײַן פּלאַן פֿאַר דעם יאָר איז צו לערנען מיט זיי הלכות שמיטה,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ ברייטן שמייכל. „נישט בלויז די טעאָלאָגישע פּרינציפּן דערפֿון, נאָר אויך פֿאַר וואָס דאָס איז אַזוי וויכטיק אין שײַכות מיט דער סאָציאַלער גערעכטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט בכלל. ווי עס לערנט אונדז: ואכלו אַבֿיוני עמך, סע זאָל זײַן גענוג עסן אויך פֿאַר די אָרעמע.‟

דער פּראָגרעסיווער צוגאַנג פֿון PHS איז אים טאַקע נאָענט צום האַרצן; נישט בלויז וואָס שייך העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע, נאָר אויך מיט זייער שטרעבונג צו געבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע בײַם דאַווענען, לויט די ראַמען פֿון דער הלכה. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע שילן, דערלויבט די PHS, אַז אַ פֿרוי זאָל עפֿענען דעם אָרון־קודש, טראָגן די ספֿר־תּורה איבער דער ווײַבערשיל, און לייענען פֿאַר די מתפּללים די תּפֿילות פֿאַר דער רעגירונג אויף ענגליש און די תּפֿילה פֿאַר מדינת־ישׂראל אויף לשון־קודש.

דאָס איז, אַוודאי, אַ ווײַטער שפּרונג פֿון הרבֿ כּ״צס דערציִונג אין דער סאַטמערער קהילה. דער זון פֿון אַ סאַטמערער טאַטן און אַ פּאָפּער מאַמען, האָט דער יונגער ישׂשׂכר פֿאַרבראַכט יעדן ווינטער און זומער אין די סאַטמערער לערן־אַנשטאַלטן, אַחוץ עטלעכע זומערן, ווען מע האָט אים געשיקט אין אַ פּאָפּער זומער־לאַגער. „דאָרט איז שוין געווען מער ׳מאָדערן׳, ווײַל מע האָט אונדז געלאָזט שפּילן ׳פֿריזבי׳,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ שמייכל.

צו 17 יאָר האָט מען אים געשיקט זיך לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה אין ירושלים — אַ מאָדנער באַשלוס, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז בריסק איז אַ ליטיווישע (דאָס הייסט, מתנגדישע) ישיבֿה, נישט קיין חסידישע.

„אמת, ס׳איז ליטוויש, אָבער די שיטה האָט געשטימט מיט דער סאַטמערער שיטה ווײַל ביידע זענען געווען אַנטי־ציוניסטיש,‟ האָט הרבֿ כּ״ץ דערקלערט. „אָבער אויך צוליב אַ צווייטער סיבה: די ליטווישע לייגן דעם טראָפּ אויף הלכה. די סאַטמערער באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון הלכה, אַ סך מער ווי די אַנדערע חסידישע גרופּעס. און דער רבי האָט טאַקע שטאַרק געהאַלטן פֿון ר׳ אַהרן קאָטלערן.‟

הרבֿ קאָטלער איז געווען דער גרינדער פֿון „בית מדרש גבֿוה‟ אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, און ממש דער „רבי‟ פֿון דער מאָדערנער „ישיבֿהשער‟ באַוועגונג אין אַמעריקע.

דער יונגער ישׂשׂכור האָט פֿרי חתונה געהאַט און געהאַט דרײַ קינדער, אָבער מיט דער צײַט האָט ער זיך געפֿילט דערשטיקט פֿון דער שטרענגקייט פֿונעם חסידישן לעבן־שטייגער, און דערפֿילט, אַז ער מוז אַוועק. ער און זײַן פֿרוי האָבן זיך געגט, און ער איז אַוועק „אין דער פֿרעמד‟ זיך אויסלעבן ווי אַ מאָדערנער פֿרומער ייִד.

„מײַנע עלטערן האָט עס אַוודאי נישט געשמעקט, מיר האָבן זיך אַלע געמוטשעט,‟ האָט ער געזאָגט. פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן משפּחה קיין מאָל נישט איבערגעריסן די באַציִונגען מיט אים. „הײַנט וווינען זיי אַלע אין באָראָ־פּאַרק, מ׳איז שוין מער ׳אויפֿגעקלערט׳.‟

ווען ער פֿאָרט, פֿון צײַט צו צײַט, אַהיים צו די עלטערן, נעמט מען אים טאַקע וואַרעם אויף. ער ברענגט מיט זײַן צווייטע פֿרוי, שאַראָן פֿלאַטאָ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס אין ברוקלין־קאָלעדזש, און זייערע צוויי ייִנגלעך, אַבֿי און גבֿריאל. „ווען איך קום אַהין, טו איך זיך אָן דעם סאַטמערער לבֿוש,‟ האָט ער דערקלערט. און נישט געקוקט אויף דעם, וואָס הרבֿ כּ״ץ איז אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, פֿאַרבעט מען אים ווײַטער גיבן שיעורים אין בית־מדרש.

הרבֿ כּ״ץ האָפֿט, אַז זײַן איבערגאַנג פֿון אַ חסיד צו אַ מאָדערן־פֿרומער ייִד וועט אויך קאָנען אינספּירירן אַנדערע געוועזענע חסידים צו טאָן דאָס זעלבע. ער און אַ חבֿר פֿון דענווער, קאָלאָראַדאָ האָבן געגרינדעט אַ וועבזײַט פֿאַר חסידים, וואָס קלערן צו פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, וווּ מע גיט זיי חיזוק, און עצות ווי אַזוי צו לייזן דעם שווערן מצבֿ אויף אַ גײַסטיק געזונטן אופֿן: www.frumandstuck.com.

„דער אמת איז: די ווענט פֿון געטאָ זענען זיך צוזאַמענגעפֿאַלן, און די רבנים ווייסן עס,‟ האָט ער באַטאָנט. „נאָך אַן איסור, נאָך אַ חרם, ס׳העלפֿט שוין גאָרנישט… טאַקע דערפֿאַר וויל איך טאָן וואָס איך קען צו העלפֿן די מענטשן, וואָס זוכן אַ נײַעם וועג.‟