„ייִדלײַף קריזיס‟

YidLife Crisis

די הויפּט־אַקטיאָרן פֿון דער קאָמעדיע, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן
yidlifecrisis.com
די הויפּט־אַקטיאָרן פֿון דער קאָמעדיע, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן

פֿון לייזער בורקאָ

Published September 09, 2014, issue of September 26, 2014.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/181270)

די ייִדיש־וועלט נייטיקט זיך שוין לאַנג אין דער נײַער קאָמעדיע־פּראָגראַם „ייִדלײַף קריזיס‟, וואָס האָט געהאַט איר פּרעמיערע מיט אַ וואָך צוריק בײַם „אַשכּנז‟־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. די ערשטע 4 עפּיזאָדן, וואָס זײַנען איצט צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען אויף „יו־טוב‟ און אויפֿן „ייִדלײַף‟־וועבזײַטל yidlifecrisis.com, האָבן שוין געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף דער ייִדישער גאַס, ווי מע קען דערקענען פֿון די רעאַקציעס אויף „פּנים־בוך‟.

אין די אַלטע גוטע צײַטן, מיט 60 אָדער 70 יאָר צוריק, האָבן מיר געהאַט ייִדישע „סיטקאָמס‟ אויפֿן ראַדיאָ, קאָמעדיע־סעריעס, וואָס זײַנען געגאַנגען אין המשכים, מיט די זעלבע פּערסאָנאַזשן וואָך־אײַן, וואָך־אויס. די ייִדישע פּראָגראַמען זײַנען אָבער, ניט ווי די ענגלישע, קיין מאָל ניט אַריבער אויף דער טעלעוויזיע און דעריבער קען מען טאַקע באַטראַכטן „ייִדלײַף‟ ווי דעם ערשטן אמתן ייִדישן „סיטקאָם‟ בכלל.

קורץ פֿאַר דער פּרעמיערע האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט די צוויי יונגע פֿילם־מאַכער, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן די סצענאַרן און שפּילן אויך די הויפּט־ראָלעס אין דער סעריע. דאָס זײַנען ניט קיין אַמאַטאָרן, וואָס פֿילמירן אַלע סצענעס מיט אַן „אײַ־פֿאָון‟, נאָר פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און שרײַבער, וואָס האָבן שוין געשפּילט אין צענדליקער פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. וואָס האָט זיי אינספּירירט צו שאַפֿן „ייִדלײַף‟?

באַטאַליאָן און עלסאָן זײַנען ביידע אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטרעאָל, „ירושלים ד’קאַנאַדע‟, און זײַנען געגאַנגען אין דער ביאַליק־מיטלשול, איינע פֿון די לעצטע, וווּ מע לערנט נאָך די ייִדישע שפּראַך (אַחוץ העברעיִש, ענגליש און פֿראַנצייזיש). באַטאַליאָן האָט אויך פֿריִער זיך געלערנט ייִדיש אין דער JPPS (ייִדישע פֿאָלקשול און פּרץ־שול), געדענקט ער נאָך אַ סך מער ייִדיש ווי עלסאָן, וואָס האָט, איידער ער האָט אָנגעהויבן מיט „ייִדלײַף‟, מער־ווייניקער פֿאַרגעסן ווי אַזוי צו רעדן ייִדיש. נאָר צום גליק, האָבן זיי ביידע געהערט אַ ביסל ייִדיש פֿון באָבע־זיידע און, ווי אַקטיאָרן, האָבן זיי אַ טאַלאַנט גוט נאָכצומאַכן דעם ייִדישן אַרויסרעד און אינטאָנאַציע.

די אינספּיראַציע פֿאַר דער סעריע איז געקומען פֿון די באַקאַנטע קאָמעדיע־סעריעס אויף ענגליש מיט אַ ייִדיש־וועלטלעכן אינהאַלט, ווי „סײַנפֿעלד‟ און „האַלט אײַן דײַן ענטוזיאַזם‟ (Curb Your Enthusiasm). באַטאַליאָן און עלסאָן מיינען, אַז די ייִדיש־אַמעריקאַנישע קאָמעדיע האָט אירע וואָרצלען אין דער ייִדישער שפּראַך, האָבן זיי געוואָלט צוריקגיין צום מקור, אַזוי צו זאָגן. זיי האָבן קודם געטראַכט פּשוט איבערצוזעצן באַקאַנטע „סײַנפֿעלד‟־סצענעס אויף ייִדיש, איידער ס׳איז זיי אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַן אָריגיגינעלע סעריע.

אַזוי ווי די הײַנטיקע וועלטלעכע ייִדישקייט דרייט זיך, דער עיקר, אַרום עסן, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די 4 עפּיזאָדן פֿון „ייִדלײַף‟ קומען פֿאָר אין פֿאַרשיידענע רעסטאָראַנען. באַטאַליאָן און עלסאָן שפּאַרן זיך איבער אַ בייגל אָדער אַ שטיק פֿלייש מיט שמאַלץ, ווי איבער אַ מסחתּא פֿון דער מישנה. זיי לאַכן אָפּ סײַ פֿון ייִדישקייט, סײַ פֿון זיך אַליין — אַזוי ווי עס פֿירט זיך כּסדר בײַ ייִדישע קאָמיקער. די פֿעיִקייט פֿון ייִדן זיך אַליין צו קריטיקירן, זאָגן זיי, איז איינע פֿון אונדזערע גרויסע מעלות.

אַ טייל פֿון דער קאָמעדיע שטאַמט אויך פֿון זייער אופֿן צו רעדן, פֿאַרשטייט זיך. באַטאַליאָן און עלסאָן מישן אַרײַן אַזוי פֿיל ניבול־פּה, ענגליש און צעקאַליעטשעט ייִדיש, אַז עס קומט אַרויס אַ מין פֿראַנקענשטיין־לשון, וואָס איז נישט צו פֿאַרשטיין, סײַדן מע לייענט די ענגלישע אונטערקעפּלעך. דער קלאַנג פֿון ייִדיש אַליין גיט צו אַ קאָמישן עלעמענט, און דאָס רעדן ייִדיש ברענגט אַרויס פֿון זיי אַן אַנדער פּערזענלעכקייט. זיי האָבן געפּרוּווט שפּילן די זעלביקע סצענעס אויף ענגליש און אויף פֿראַנצייזיש, אָבער ס׳איז ניט געגאַנגען, ניט געהאַט דעם זעלבן טעם.

מען קען האָבן פֿאַרשיידענע טענות צו „ייִדלײַף‟, למשל, צום אופֿן, ווי אַזוי מע רעדט דאָרט וועגן רעליגיע, אָדער וועגן פֿרויען; וועגן דעם ניבול־פּה אָדער דעם חוזק פֿון ייִדישקייט אאַז”וו. מײַן טענה איז נאָר צום פֿראַנקענשטיין־לשון, וואָס די אַקטיאָרן רעדן, וואָס גרילצט אַזוי אין די אויערן, ווען מען פֿאַרשטייט שוין יאָ אַ ביסל ייִדיש. איך פֿרעג זיך, צי איז ניט געווען אין גאַנץ מאָנטרעאָל קיין איין ייִדיש־קענער, וואָס וואָלט געקענט העלפֿן אויסצובעסערן דעם אומאידיאָמאַטישן דיאַלאָג? פֿון גראַמאַטיק איז נישטאָ וואָס צו רעדן, פֿאַרשטייט זיך; גראַמאַטיק איז שוין צו אַ הויכע מדרגה — איך האָב נאָר געוואָלט, אַז די ווערטער, וואָס זיי רעדן אַרויס, זאָלן כאָטש קלינגען ייִדישלעך.

מען האָט קענטיק אינוועסטירט אַ סך צײַט און געלט אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט. די אַקטיאָרן שפּילן אַזוי גוט און רעדן מיט אַזאַ שיינער ייִדישער אינטאָנאַציע, די פּראָגראַם איז אַזוי פּראָפֿעסיאָנעל פֿילמירט און מאָנטירט, אַז ס׳איז אַ שאָד, וואָס מע האָט ניט געלייגט מער אַכט אויף דער שפּראַך. איך בין זיכער, אַז זיי וואָלטן זיכער געפֿונען אַ קאָרעקטאָר, וואָס זאָל אַרבעטן לשם מיצווה, אָן געלט, און אַזוי וואָלט די פּראָגראַם געהאַט אַ פּנים אויך פֿאַר די הונדערטער טויזנטער ייִדיש־רעדער, וואָס זײַנען פֿאַראַן, קיין עין־הרע. אויף דער טענה האָבן באַטאַליאָן און עלסאָן געענטפֿערט, אַז זיי האָבן יאָ געוויזן זייער סקריפּט פֿאַר עטלעכע אמתע ייִדיש־קענער, פֿאַר אַן עלטערן ייִד און פֿאַר אַ יונגן געוועזענעם חסיד, און אַז יעדער האָט געוואָלט איבערמאַכן די שפּראַך אויף אַן אַנדער אופֿן. מע קען נאָר האָפֿן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן זיי פֿרעגן מבֿינות בײַ עמעצן אַנדערש.

נאָר כּדי זיי זאָלן קענען תּשובֿה טאָן פֿאַר זייערע זינד קעגן ייִדיש און ייִדישקייט, דאַרפֿן באַטאַליאָן און עלסאָן ערשט האָבן אַ געלעגנהייט ממשיך צו זײַן זייער סעריע. פֿאַר די ערשטע עפּיזאָדן האָבן זיי געקראָגן פֿאַרשיידענע סובסידיעס פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער קהילה, אָבער די צוקונפֿט פֿון „ייִדלײַף‟ ווענדט זיך אין די רײַכע ייִדן, וואָס וועלן אפֿשר לייענען דעם דאָזיקן אַרטיקל. מע האָט שוין פּלענער פֿאַר מער דיסקוסיעס אין אַנדערע ייִדישע רעסטאָראַנען, סײַ אין מאָנטרעאָל, סײַ אין אַנדערע ייִדישע שטעט, ווי טאָראָנטאָ, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ וכדומה — אַבי זיי זאָלן קריגן אַ בודזשעט.

דעריבער זאָלן אונדזערע שפּראַך־פּוריסטן מוחל זײַן די טועתן און געדענקען דעם גרויסן אויפֿטו, וואָס „ייִדלײַף קריזיס‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר: דער ערשטער מאָדערנער „סיטקאָם‟ אויף ייִדיש, געשאַפֿן פֿאַרן איצטיקן דור יונגע ייִדן, וואָס ווייסן ניט, פֿון וואָס זייער ייִדישקייט באַשטייט. די פּראָגראַם וועט ניט העלפֿן די וועלטלעכע ייִדן אויסצוגלײַכן די סתּירות פֿון זייער אידענטיטעט, אָבער אפֿשר יאָ צו דערקענען די דאָזיקע סתּירות און צו לאַכן פֿון זיי.