לויט אַ נײַער פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אינעם ירושלימער מעדיצינישן צענטער „שערי־צדק‟, איז כּדאַי, אַז אַלע פֿרויען פֿונעם אַשכּנזישן אָפּשטאַם זאָלן, אָנהייבנדיק פֿונעם 30־יאָריקן עלטער, אויסגעפֿינען, צי אין זייערע גענען איז פֿאַראַן די מוטאַציע BRCA, וואָס קאָן גורם זײַן דעם ברוסט־ראַק.
אַ פֿרוי קאָן זיך דערוויסן, צי זי טראָגט די מוטאַציע דורך אַ פּשוטן בלוטטעסט.
די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע, דורכגעפֿירט מיט ד״ר אפֿרת לוי־להד בראָש, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן פֿרײַטיק, דעם 5טן סעפּטעמבער, אינעם „פֿאָרש־זשורנאַל פֿון דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן‟ (PNAS).
געוויסע מוטאַציעס פֿון צוויי גענען, BRCA1 אָדער BRCA2, זענען גורם דעם ראַק אין דער ברוסט און אָוואַריעס פֿון אַ פֿרוי. פֿריִער, האָבן די דאָקטוירים געמיינט, אַז בלויז די אַשכּנזישע פֿרויען, וואָס זייערס אַ קרובֿה האָט געליטן פֿון אַזאַ ראַק אָדער האָבן די דאָזיקע גענעטישע פּראָבלעם, זאָלן אַכטונג געבן אויף דעם.
די נײַע שטודיע, וואָס האָט אַרומגענומען אַ גרופּע צופֿעליקע אַשכּנזיש־שטאַמיקע פֿרויען, האָט געוויזן, אַז אַפֿילו די, וואָס האָבן נישט קיין ראַק־קראַנקע אין זייער משפּחה־געשיכטע, קאָנען לײַדן פֿון דער דאָזיקער מוטאַציע.
די פֿאָרשער האָבן אויסגעפֿונען, אַז אַ סך פֿרויען, וואָס טראָגן אין זייער גענעטישן קאָד די דאָזיקע סכּנותדיקע אָפּווײַכונג, וואָלטן גאָר נישט געוווּסט דערפֿון, אָן אַ ספּעציעלער מעדיצינישער אויספֿאָרשונג. די מוטאַציע קאָן איבערגעגעבן ווערן בירושה אויך דורכן פֿאָטערס צד פֿון דער משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.