ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אידאַ קאַמינסקאַ (רעכטס) און איר מוטער, אסתּר־רחל קאַמינסקי
Forward Association
אידאַ קאַמינסקאַ (רעכטס) און איר מוטער, אסתּר־רחל קאַמינסקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 09, 2014, issue of September 26, 2014.

אידאַ קאַמינסקאַ און אירע טעותן

דעם 18טן סעפּטעמבער 1899, הייסט עס, מיט 115 יאָר צוריק, איז געבוירן געוואָרן אידאַ קאַמינסקאַ, די טאָכטער פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקי, די „מאַמע‟ פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

אידאַ קאַמינסקאַ האָט געשפּילט אויף דער ייִדישער בינע, נאָך זײַענדיק אַ קינד. איר ערשטע באַרימטע ראָלע איז געווען שלמהלע, אין יעקבֿ גאָרדינס „מירעלע אפֿרת‟. איר מאַמע, אסתּר־רחל קאַמינסקי, האָט געשפּילט די ראָלע פֿון דער באָבען, דאָס הייסט, מירעלע אפֿרת. שפּעטער האָט אידאַ קאַמינסקאַ אַליין אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון מירעלע אפֿרת. ביידע, די מאַמע און די טאָכטער, האָבן קונה־שם געווען מיט דער זעלבער ראָלע.

דער פֿאַקט, אַז במשך פֿון הונדערט יאָר האָבן די מאַמע און טאָכטער אויפֿגעפֿירט די זעלבע פּיעסע, איז אַ באַווײַז, ווי באַגרענעצט איז דער רעפּערטואַר פֿונעם קינסטלערישן ייִדישן טעאַטער. די סיבה איז מסתּמא, אַז אין אונדזער ייִדישן טעאַטער האָבן פֿון תּמיד אָן געהערשט די שטערן, די אַקטיאָרן, און נישט די דראַמאַטורגן. אַקטיאָרן, צום באַדויערן, באַרײַכערן נישט דעם רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער, סײַדן סע געפֿינט זיך אַן אַקטיאָר, וואָס איז אין דער זעלבער צײַט אויך אַ דראַמאַטורג, ווי מאָליער, למשל.

אידאַ קאַמינסקאַ איז אַנטלאָפֿן קיין ראַטן-פֿאַרבאַנד בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, און איז צוריקגעקומען קיין פּוילן נאָכן קריג. מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער פּוילישער מלוכה האָט אידאַ קאַמינסקאַ געגרינדעט דעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער, וואָס איז אַריבער פֿון ווראָצלאַוו קיין וואַרשע.

אין יאָר 1968 האָט אידאַ קאַמינסקאַ געמאַכט דרײַ גרויסע טעותן. בשעת דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין 1968 איז זי אַוועק פֿון פּוילן. זי איז געווען באַרימט אויף דער גאַנצער וועלט און די פּוילישע מלוכה האָט נישט געהאַט די העזה זי אַרויסצוטרײַבן און פֿאַרמאַכן איר טעאַטער.

דער צווייטער טעות, וואָס זי האָט געמאַכט, איז געווען שוין אין דער עמיגראַציע. גאָלדע מאיר, האָט זי פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל. קאַמינסקאַ אָבער האָט נישט געוואָלט בלײַבן אין ישׂראל. די „גאָלדענע מדינה‟ האָט זי מער צוגעצויגן.

דער דריטער טעות איז געווען איר נאַיִוו גלייבן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן שאַפֿן פֿאַר איר אַ נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער. צוזאָגן און ליב האָבן, זאָגט מען, קאָסט נישט קיין געלט. מען האָט איר צוגעזאָגט נסים־ונפֿלאָות, אָבער פֿון די אַלע סופּערלאַטיוון האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. (ס’האָט איר אַפֿילו נישט געהאָלפֿן, אַז דער באַרימטער דעני קיי איז געווען איר ערשטער קוזין.) קאַמינסקאַ האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז די אייראָפּעיִשע טראַדיציע פֿון מלוכישע טעאַטערס עקזיסטירט נישט אין אַמעריקע. ווער סע פֿאַרקויפֿט נישט קיין בילעטן אָדער איז נישט קיין טאַלאַנטירטער שנאָרער, האָט נישט קיין שאַנס אין ניו-יאָרק.

איך האָב זיך אַמאָל געטראָפֿן מיט אידאַ קאַמינסקאַ אין איר באַשיידענער ניו-יאָרקער דירה. פֿון דער גרויסער קאַריערע איז געבליבן בלויז אַן אַלבאָם מיט בילדער. דער דאָזיקער טרויעריקער באַזוך איז געווען פֿאַר מיר נאָך אַ בײַשפּיל, אַז דער ערגסטער שׂונא פֿונעם מענטשן איז דער מענטש אַליין.


אַ מלוכה־שול מיט אַ פֿולער ייִדישער לערן־פּראָגראַם

אין וואַרשע, ווי אומעטום אויף דער וועלט, הייבט זיך אָן דאָס לערן־יאָר. הײַיאָר גייט אַ גרופּע ייִדישע קינדער אין וואַרשע צום ערשטן מאָל אין אַ מלוכישער שול מיט אַ פֿולער ייִדישער פּראָגראַם. דאָס איז די פֿאָלקס-שולע נומער 166, נישט ווײַט פֿונעם ייִדישן בית-עולם.

די מלוכה צאָלט פֿאַר אַ טייל ייִדישע לעקציעס. די ייִדישע קינדער לערנען זיך פֿיר מאָל אַ וואָך העברעיִש, און נאָך פֿיר מאָל אַ וואָך ייִדישע רעליגיע און קולטור. בשעת די פּריוואַטע „לאַודער-מורשה־שול‟ קאָסט 1,800 זלאָטעס אַ חודש, קאָסט די מלוכישע שול מיט דער ייִדישער פּראָגראַם 180 זלאָטעס אין איינעם מיטן כּשרן עסן. הייסט עס, אַז די פּריוואַטע שול, וווּ מען לערנט עבֿרית, רעליגיע און טראַדיציע אויפֿן שפּיץ מעסער, קאָסט צען מאָל מער.

מאָדנע איז אויך דער פֿאַקט, אַז די דירעקטאָרשע פֿון דער פֿאָלקס-שול בײַ דער „לאַודער־מורשה־שול‟ איז (ווי אַ סך תּלמידים) אַ קאַטוילישע פֿרוי, וואָס קען נישט קיין צורת־אות. דווקא אין דער מלוכישער שול ליגט די ייִדישע דערציִונג אין די ייִדישע הענט.

גרויסע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, ווי למשל, דער JDC שטיצן דערווײַל דווקא די רײַכע שול, אפֿשר צוליב דעם, וואָס די באַשיידענע ייִדישע טאַטע-מאַמעס פֿון דער מלוכישער שול האָבן ווייניקער קאָנטאַקטן.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.