איז „דזשעק די ריפּער‟ געווען אַ ייִד?

Was Jack the Ripper Jewish?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 10, 2014, issue of September 26, 2014.

דער ענגלישער קיניג ריטשאַרד דער דריטער איז אָפּגעזעסן אויפֿן כּיסא-המלכות אין גאַנצן צוויי יאָר. זומער 1483 איז ער, ניצנדיק לחלוטין ניט קיין כּשרע קונצן, געקומען צו דער מאַכט, און דעם 22סטן אויגוסט 1485 איז ער שוין געווען טויט. שעקספּיר האָט אויף זײַן אופֿן איבערגעגעבן די טראַגישע געשיכטע פֿון אָט דעם מענטש, וואָס האָט אויפֿן שלאַכטפֿעלד, אַן אָראָפּגעוואָרפֿענער פֿון זײַן פֿערד, אין די לעצטע רגעס פֿון זײַן לעבן צוגעזאָגט אָפּצוגעבן אַ האַלב פֿון זײַן מלכות, אַבי צו האָבן אַ סוס. די פּיעסע איז געווען פּאָפּולער אויך אויף ייִדיש, אַזוי אַז די אַלטע געשיכטע האָט געוווּסט אויך דער ייִדישער עולם.

ריטשאַרד איז געווען דער לעצטער ענגלישער מלך, וואָס איז אומגעקומען אין אַ שלאַכט. מיטן סוף פֿון זײַן ממשלה האָט זיך פֿאַקטיש — אַזוי טענהן די היסטאָריקער — פֿאַרענדיקט דער מיטלעלטער אין ענגלאַנד. דאָס לאַנד איז אַרײַן אין מאָדערנקייט, אַסאָציִיִרט מיט דער דינאַסטיע פֿון טודאָרס. ווײַל ריטשאַרדס חייל האָט פֿאַרשפּילט די שלאַכט, אין וועלכער ער אַליין איז געפֿאַלן, האָט מען אים באַערדיקט אָנעם אָפּגעבן כּבֿוד, און מיט דער צײַט האָט מען אַפֿילו פֿאַרגעסן, וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר. אמת, מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, געוווּסט, אַז עס געפֿינט זיך ערגעץ אין לעסטער (Leicester).

אין יאָר 2012 האָט מען געמאַכט אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין לעסטער. פֿאָרשער פֿון יענער תּקופֿה האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אין אַ געוויסן אָרט פֿון דער שטאָט, האָט זיך געהאַט געפֿונען דער מאָנאַסטיר, וווּ ריטשאָרד איז באַערדיקט געוואָרן. מע האָט טאַקע געפֿונען דאָרטן דאָס געביין פֿון אַ מענטשן, און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די אַרבעט פֿון די געלערנטע, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גענעטישע טעסטן. מע האָט זיך פֿאַרבונדן מיט איינעם אַ קאַנאַדער, אַ דירעקטער אָפּשטאַמלינג פֿון ריטשאַרדס שוועסטער, גענומען זײַן סלינע, כּדי צו פֿאַרגלײַכן מיט די גענעטישע אייגנאַרטיקייטן פֿונעם געביין. אָנהייב פֿעברואַר 2013 האָט דער אוניווערסיטעט פֿון לעסטער אָפֿיציעל באַשטעטיקט, אַז דאָס געביין געהערט דעם קעניג.

אַזעלכע נײַעס, אַרום כּלערליי אַנטפּלעקונגען, וועלכע זײַנען באַזירט אויף גענעטישע טעסטן, הערט מען הײַנטיקע טעג זייער אָפֿט. די גענעטיק שפּילט איצט אַ ראָלע אויך אין די ייִדישע לימודים. יאָר-אײַן יאָר-אויס לייען איך באַריכטן מכּוח שפּאָגל-נײַע טעאָריעס, וואָס באַשרײַבן דעם עטנאָגענעז פֿון די אַשכּנזים. צו מאָל טענהט מען, אַ שטייגער, אַז אין אַזעלכע מענטשן, ווי אַני-הקטן, צירקולירט דאָס בלוט, וואָס שמעקט זייער פּערסיש. דערנאָך געפֿינט מען, אַז איך בין אין עפּעס אַ קרובֿהשאַפֿט מיט די איטאַליענער; און אַזוי ווײַטער.

די טעג האָט די לאָנדאָנער צײַטונג „דיילי מייל‟ דערציילט אַ סענסאַציאָנעלע מעשׂה: אַ גענעטישער טעסט האָט געהאָלפֿן צו אַנטפּלעקן, סוף-כּל-סוף, דעם סוד פֿון „דזשעק די ריפּער‟. די רייד גייט וועגן דעם „גוואַלדריסער‟, וואָס האָט דורכגעפֿירט אַ מאָרד אין יאָר 1888 אין דער לאָנדאָנער געגנט ווײַטשעפּל, דעמאָלט געדיכט באַפֿעלקערט דורך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח-אייראָפּע. אין ווײַטשעפּל, האָט מען גענומען געפֿינען קערפּערס פֿון יונגע פֿרויען, בדרך-כּלל — פּראָסטיטוטקעס, דערהרגעט דורך אַ מאַניאַק. דעם סעריאַלן מערדער האָט מען קיין מאָל ניט געפֿונען. בינו-לבינו, האָט זיך באַוויזן אַ ריזיקע ליטעראַטור, ווי אויך פֿילמען און טעאַטראַלע ווערק, וועגן דעם דאָזיקן „גוואַלדריסער‟.

איצט דערציילט די „דיילי מייל‟, אַז מע האָט פֿאַרגליכן די ביאָלאָגישע שפּורן אויף אַ שאַל, וואָס האָט כּלומרשט געהערט איינער פֿון די געהרגעטע פֿרויען, מיטן גענעאַלאָגישן מאַטעריאַל פֿון דער משפּחה פֿון אַהרן קאָסמינסקי, אַ פּויליש-ייִדישן אימיגראַנטן, און אויפֿן סמך פֿון אָט דעם פֿאַרגלײַך טענהט מען, אַז קאָסמינסקי איז געווען דער „גוואַלדריסער‟.

קאָסמינסקי, אַ פֿריזירער, איז געקומען קיין לאָנדאָן פֿון פּוילן אין 1881. ער האָט געוווינט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, גאָלדע. די שוועסטער און צוויי ברידער זײַנע האָבן זיך אויך באַזעצט אין לאָנדאָן. די פּאָליציי האָט געהאַט אַ חשד וועגן אים נאָך אין דער צײַט פֿון דער אויספֿאָרשונג. עס זײַנען געווען נאָך אַנדערע ייִדישע „קאַנדידאַטן‟ אויף דער ראָליע פֿון „דזשעק די ריפּער‟, וואָס איז קיין חידוש ניט — די שרעקלעכע געשעענישן האָבן זיך דאָך אָפּגעשפּילט אין אַ ייִדישער געגנט. קאָסמינסקי האָט געהאַט ערנסטע פּסיכישע פּראָבלעמען; ער איז יאָרנלאַנג געווען פֿאַרשפּאַרט אין מגושעים-הײַזער, וווּ ער איז לסוף געשטאָרבן אין יאָר 1919.

די פֿראַגע שטעקט אָבער אין דעם, אויף וויפֿל מע קען אין אַזאַ ענין זיך פֿאַרלאָזן אויף דער צײַטונג. ס‘איז ניט קלאָר, למשל, ווי אַזוי די שאַל, דער הויפּט־באַווײַז פֿונעם סוד-אַנטפּלעקנדיקן גענעטישן מאַטעריאַל, איז פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער מעשׂה. שוין אָפּגעשמועסט, אַז מע הערט דערווײַל ניט קיין אָפּשאַצונג פֿון ערנסטע געלערנטע, וואָס מע קען זיך אויף זיי פֿאַרלאָזן.