דער קאָלעקטיווער זכּרון אין שלום אַשס ווערק

Collective Memory in Sholem Asch’s Work

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 10, 2014, issue of September 26, 2014.

בסך־הכּל האָט שלום אַש אָנגעשריבן 26 ראָמאַנען, װאָס באַהאַנדלען ביז גאָר פֿאַרשידענע טעמעס. זײ דעקן די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון משה רבינו ביז דער מאָדערנער אַמעריקע. ליטעראַריש זײַנען אַשס ראָמאַנען פֿון פֿאַרשידענער קװאַליטעט, אָבער די בעסטע צװישן זײ, אַזעלכע װי „אָנקל מאָזעס‟, „פּעטערבורג‟, „תּהילים ייִד‟, „איסט ריװער‟ — האָבן געמאַכט דעם שרײַבער װעלט־באַרימט, און אַפֿילו שיִער ניט געבראַכט אַ נאָבעל־פּרעמיע.

אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמט אין זײַן ירושה דער ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת‟, װאָס האָט גורם געװען דעם גרעסטן סקאַנדאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. אפֿשר זײַן בעסט ליטעראַריש װערק, האָט דער דאָזיקער ראָמאַן באַשריבן ישו הנוצרי װי אַ מין אוראַלטן ייִדישן צדיק. די קריטישע אָפּשאַצונגען זײַנען געװען ביז גאָר פֿאַרשידענע, אָבער װי אַ פּועל־יוצא, האָט אַש פֿאַרלױרן זײַן שטעלע אין „פֿאָרװערטס‟, װי דער הױפּט־ראָמאַניסט.

עד־היום פֿאַרמאָגן מיר נאָך ניט קײן געהעריקן אַנאַליטישן איבערזיכט פֿון אַשס ריזיקער ליטעראַרישער ירושה. פֿאַר דער דאָזיקער קאָמפּליצירטער אױפֿגאַבע האָט זיך גענומען די פּױלישע ליטעראַטור־פֿאָרשערין מאַגדאַלענאַ סיטאַרזש אין איר נײַעם בוך. זי באַטראַכט אַשס ראָמאַנען אונטער דעם קוקװינקל פֿון זכּרון, װי אַן אופֿן פֿון ליטעראַרישן װעלטבאַנעם. זי דערקלערט אין דער הקדמה, אַז די הײַנטיקע ליטעראַטור–װיסנשאַפֿט האָט אַ סך אינטערעס אין דער פֿונקציע פֿון קאָלעקטיװן זכּרון װי אַ כּלי צו שאַפֿן שליסל־אימאַזשן פֿאַר נאַציאָנאַלער אידענטיטעט.

שלום אַשס װערק האָבן אַװדאי געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױף דער אױספֿורעמונג פֿון ייִדישער קאָלעקטיװער אידענטיטעט. אין זײַנע ראָמאַנען האָט ער באַרירט די סאַמע צענטראַלע פּראָבלעמען פֿון ייִדישן קיום, אַזעלכע װי די אמונה אין גאָט, פּאָגראָמען און רדיפֿות, אַסימילאַציע, סאָציאַלער יושר, גלות און ארץ–ישׂראל. סיטאַרזש גרופּירט אַשס ראָמאַנען לױט זײער טעמאַטיק, פֿאַרסך־הכּלט זײער אינהאַלט און מאַכט אַ קורצן ניצלעכן איבערזיכט פֿון זײער קריטישער אױפֿנאַמע, אָבער זי פֿאַרטיפֿט זיך ניט אין ליטעראַרישן אָדער קולטור־היסטאָרישן אַנאַליז. זי טײלט אױס פֿאַרשידענע „פֿיגורן פֿון זכּרון‟, אימאַזשן און געשטאַלטן, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש רעפּרעזענטירן די פֿאַרגאַנגענהײט אין אַשס קינסטלערישן כּוח־הדמיון.

אָבער עס בלײַבט ניט קלאָר, װאָס איז דער מעטאַפֿאָרישער און סימבאָלישער זין פֿון די דאָזיקע „פֿיגורן‟, מחוץ דער פּשוטער אָפּשפּיגלונג פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון רעאַליטעט. עס האָט זיך באַקומען ניט מער װי אַ רשימה פֿון טעמעס און געשטאַלטן מיט אַ היפּשער צאָל בײַשפּילן, אײַנגעאָרדנט לױטן טעמאַטישן פּרינציפּ: לאַנדשאַפֿט, ייִדישקײט, רעליגיע, שטעטל און שטאָט, סאָציאַלע טיפּן, און אַזױ װײַטער. עס פֿעלט דערבײַ אַ געהעריקע קריטישע אַנאַליטישע אָפּשאַצונג פֿון די דאָזיקע „פֿיגורן‟. דערצו נאָך טרעפֿט מען צומאָל פּשוטע טעותן, װי למשל, װען די מחברין זאָגט, אַז אַשס שילדערונגען פֿון נאַטור זײַנען געװען נײַ פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור; שוין בײַ מענדעלע פֿאַרנעמט די נאַטור אַ װיכטיק אָרט.

װעגן װאָס אַש זאָל ניט שרײַבן, האָט ער זיך תּמיד אָפּגערופֿן אױף די פּראָבלעמען און געשעענישן פֿון זײַן צײַט. זײַן ליטעראַרישער „זכּרון‟ איז קײן מאָל ניט געװען אָפּגעריסן פֿונעם איצטיקן מאָמענט, אַפֿילו װען ער האָט געשריבן װעגן אוראַלטע תּנכישע צײַטן. דװקא דער דאָזיקער אַקטועלער אַספּעקט פֿעלט בײַ סיטאַרזש. זי גיט אונדז אַ מין קאַטאַלאָג פֿון „פֿיגורן‟, װאָס האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו יענע קינסטלערישע, אידעיִשע, פּאָליטישע צװעקן, װאָס אַש האָט פֿאַר זיך געשטעלט אין יעדן ראָמאַן זײַנען. נאָך מער: צומאָל פֿאַרלירט זיך דער לײענער אין די צו פֿיל פּרטים, װאָס האָבן ניט קײן דירעקטן שײַכות צו דער טעמע פֿון זכּרון, װאָס שטערן צו פֿילן די געשפּאַנטע צײַט־אַטמאָספֿער. דער לעבעדיקער צײַטגײַסט לאָזט זיך דערקענען נאָר אינעם קאַפּיטל װעגן אַשס באַציִונגען מיט פּױלן און די פּױלישע ליטעראַטן, װאָס איז מסתּמא דאָס סאַמע געלונגענע אינעם בוך.

די מחברין קומט צו אַן אױספֿיר, אַז אַשס ליטעראַרישע װערק געהערן ניט צו די בעסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זײער מעלה ליגט אין דער טעמאַטישער ברײטקײט, ניט אין דער קינסטלערישער קװאַליטעט אָדער אינטעלעקטועלן חריפֿות. דאַכט זיך, אַז אַזאַ מין אָפּשאַצונג איז ניט אין גאַנצן פּינקטלעך. אמת, װען מען נעמט שלום אַשס ראָמאַנען אַרויס פֿונעם אַקטועלן קאָנטעקסט פֿון זײַן צײַט, קאָנען זײ אױסזען פֿלאַך און ניט אָריגינעל, פֿול מיט קלישעען און האַלב־געבאַקענע מחשבֿות. אָבער װי אַ מפֿרש פֿון די ייִדישע און אַלװעלטלעכע דאגות־היום, איז אַש געװען אַ שאַרפֿזיניקער אָבסערװאַטאָר און אַן אָריגינעלער דענקער. מען דאַרף נאָר געפֿינען אַ געהעריקן שליסל צו זײַנע װערק. מען דאַרף זיך נאָר חידושן, הלמאַי סיטאַרזש האָט לגמרי איגנאָרירט צװיי װיכטיקסטע, הגם ביז גאָר פֿאַרשידענע, קריטישע װערק װעגן שלום אַש: די שאַרפֿע מאַרקסיסטישע קריטישע אָפּהאַנדלונג פֿון מאַקס עריק, און דן מירונס מוסטערהאַפֿטיקן סאָציאַל־קולטורעלן אַנאַליז פֿונעם ראָמאַן „איסט ריװער‟.

דער מעטאָדאָלאָגישער אַרײַנפֿיר צו דעם בוך פֿאַרמאָגט אַ סך אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן, אָבער װען מען קומט צו דעם תּוך, זײַנען קײן גרױסע חידושים ניטאָ. די ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשונג איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע אונטערנעמונג, אָבער עד–היום פֿאַרמאָגן מיר נאָך ניט קײן עפֿעקטיװ נעצװערק פֿאַר קאָאָפּעראַציע צװישן פֿאַרשידענע בראַנזשעס. אין אַ גרױסער מאָס בלײַבט די פֿאָרשערישע אַרבעט אױף דער מדרגה פֿון באַשרײַבן און פֿאַרסך־הכּלען. שלום אַש איז נאָך אַלץ אפֿשר די סאַמע ניט־דערשאַצטע און ניט־פֿאַרשטאַנענע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, װאָס װאַרט אױף אַ געהעריקער פֿילזײַטיקער פֿאָרשונג לױט די מאָדערנע װיסנשאַפֿטלעכע סטאַנדאַרטן.