דערצויגן געוואָרן אין ניו־אָרלינס, האָט קלאָיִ וואַלדאַרי געהיט כּשרות, זיך געלערנט חומש און געפּראַוועט די ייִדישע יום־טובֿים מיט שיינע סעודות. לעצטנס, איז זי געוואָרן אַן אַקטיווע פֿאַרטיידיקערין פֿון מדינת־ישׂראל, שרײַבט מיינונג־אַרטיקלען פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, גיט לעקציעס און שטעלט מעלדונגען אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ וועגן די מעלות פֿון מדינת־ישׂראל.
די-אָ סטודענטקע בײַם „אוניווערסיטעט פֿון ניו־אָרלינס‟ איז אָבער נישט קיין ייִדישע. זי איז אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיידל, וועלכע געהערט צו דער קריסטלעכער סעקטע Intercontinental Church of God, וואָס אירע מיטגלידער שאַצן הויך דעם ייִדישן תּנ״ך און פֿאָלגן דעם ייִדישן לוח.
דעם זומער האָט די 21־יאָריקע וואַלדאַרי אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס דורך אַן אַרטיקל אין Tablet, וווּ זי באַשולדיקט די פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן פֿון אויסניצן די רעטאָריק פֿון דער שוואַרצער באַוועגונג פֿאַר ציווילע רעכט. אינעם אַרטיקל, „צו די סטודענטן פֿאַר גערעכטיקייט אין פּאַלעסטינע — אַ בריוו פֿון אַן אויפֿגעבראַכטער שוואַרצער פֿרוי‟, שרײַבט וואַלדאַרי: „איר האָט נישט דאָס רעכט אויסצוניצן דעם קאַמף פֿון מײַן פֿאָלק לטובֿת אײַערע קרומע צוועקן, אָדער זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר געליטענע אין אונדזער נאָמען‟.
וואַלדאַרי האָט דערמאָנט עטלעכע פּראָמינענטע שוואַרצע קעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט, וואָס האָבן זיך געהאַלטן דווקא פֿאַר ציוניסטן ווי, למשל, ראָזע פּאַרקס, וועלכע האָט אין 1975 אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע, באַשטעטיקנדיק ישׂראלס רעכט צו עקזיסטירן.
הגם אַ צאָל פֿון די ערשטע פֿירער פֿונעם קאַמף פֿאַר ציווילע רעכט, ווי דער רעווערענד מאַרטין לוטער קינג, האָבן טאַקע געשטיצט ישׂראל, זענען די שפּעטערדיקע שוואַרצע אַקטיוויסטן, בײַם סוף פֿון די 1960ער יאָרן, געווען שאַרף קריטיש צו דער ייִדישער מדינה. סטאָקלי קאַרמײַקל האָט עס באַצייכנט ווי אַ „קאָלאָניע‟ און שפּעטער האָט דער פּראָפֿעסאָר און אַקטיוויסט קאָרנעל וועסט געשטיצט די באַוועגונג צו בויקאָטירן ישׂראל, און גערופֿן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו אַ „מלחמה־פֿאַרברעכער‟.
לויט די לעצטע אַנקעטעס פֿונעם „פּיו פֿאָרשצענטער‟ וועגן דעם קאָנפֿליקט אין עזה, זענען די שוואַרצע אַמעריקאַנער ווייניקער פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל (64%) ווי די ווײַסע אַמעריקאַנער (70%). 36% שוואַרצע זאָגן, אַז ישׂראלס רעאַקציע אויף „כאַמאַס‟ איז געווען צו שטאַרק, אין פֿאַרגלײַך מיט 22% פֿון די ווײַסע, וועלכע האָבן אויך אַזוי געזאָגט.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס וואַלדאַריס משפּחה האָט געהיט מנהגים ענלעך צו די ייִדישע, האָט זי אַליין נישט געפֿילט קיין פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט די ייִדן, ביז זי האָט אין איר ערשטן יאָר פֿון דער מיטלשול געזען דעם פֿילם Freedom Writers (די פֿרײַהייט־שרײַבער) פֿון 2007, וווּ אַ מיטלשול־לערערין באַהאַנדלט דעם ענין דיסקרימינאַציע מיט אירע שוואַרצע און לאַטינאָ־סטודענטן, דורכן דערציילן זיי די געשעענישן, וואָס האָבן דערפֿירט צום גענאָציד פֿון די ייִדן אין די 1940ער יאָרן.
אינספּירירט פֿונעם פֿילם, האָט וואַלדאַרי אָנגעהויבן לייענען וועגן דעם חורבן און דער ייִדישער געשיכטע, אַרײַנגערעכנט לעאָן יוריס׳ „עקסאָדוס‟ און אלי וויזעלס ווערק.
הערנדיק וועגן די הײַנטיקע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, איז וואַלדאַרי געוואָרן אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע. ווי אַ סטודענטקע אינעם אוניווערסיטעט פֿון ניו־אָרלינס, ווי אויך אין דעם שכנותדיקן טוליין־אוניווערסיטעט, איז זי געוואָרן שטאַרק אַקטיוו בײַם אָרגאַניזירן פּראָ־ישׂראלדיקע אַקטיוויטעטן. איר אַרבעט האָט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס בײַ אַ צאָל פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס ווי Camera, די „אַלוועלטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע‟ (WZO) און „אייפּעק‟.
„אייפּעק‟ האָט אַפֿילו פֿינאַנצירט אַ 10־טאָגיגן וויזיט קיין ישׂראל פֿאַר איר — אַ וויזיט, וואָס האָט „ממש געביטן מײַן לעבן‟, האָט זי געזאָגט.
וואַלדאַרי זאָגט, אַז ווען זי וועט גראַדויִרן פֿונעם אוניווערסיטעט, האָפֿט זי צו קריגן אַ סטאַזש בײַם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟, און צו שטודירן אינעם „תּיקווה אינסטיטוט‟, אַ רעכט־ליניקע לעקציע־סעריע אויף פּאָליטישע און עקאָנאָמישע טעמעס. זי וויל אויך פֿאַרברענגען אַ יאָר אין ישׂראל, און ווען זי קומט צוריק — גרינדן אַ נײַע „ציוניסטישע באַוועגונג‟.
מאָרטאָן קלײַן, דער דירעקטאָר פֿון דער „ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟ קען זיך נישט אָנקוועלן אויף איר. „זי האָט אַ ריין האַרץ, אַ ריינע אינטעליגענץ און אירע ווערטער מאַכן אַ שטאַרקן אײַנדרוק,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.