די טעג פּראַוועט די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איר 80־יאָריקן געבורטסטאָג. צווישן די געסט זענען די פֿאַרטרעטער פֿון רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, דורית האָלענדער.
לכּבֿוד דעם יוביליי ווערט דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור: עס זענען אויפֿגעטראָטן קאָלעקטיוון פֿון ישׂראל, אייראָפּע, סאַנקט־פּעטערבורג און מאָסקווע. מע האָט אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש מיט קינדער און אייניקלעך פֿון די ערשטע ייִדן, וואָס זענען אַריבער קיין ביראָבידזשאַן סוף 1920ער יאָרן. דער עולם האָט געקענט אָנטייל נעמען אין כּלערליי פּראָגראַמען: אויף די גאַסן און פּלעצער פֿון דער שטאָט האָט מען געטאַנצט, געזונגען, געבאַקן שטרודלען, געמאַכט ייִדישע חתונות אאַ״וו. אין מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט האָט מען געעפֿנט אַן אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „אַמעריקאַנער קינסטלער מאַכן אַ מתּנה די האָרעפּאַשניקעס פֿון ביראָבידזשאַן‟. עס ווערן אויסגעשטעלט אַרום 50 בילדער פֿון פּראָ־סאָוועטיש געשטימטע אַמעריקאַנער קינסטלער, וואָס האָבן זייערע ווערק געשענקט דער שטאָט ביראָבידזשאַן אין יאָר 1936.
אין מאָסקווע האָט מען דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך געפּראַוועט דעם טאָג פֿון דער שטאָט — מיט כּלערליי פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען, קאָנצערטן און באַגעגענישן. דאָס יאָר איז דאָס פּראַווען דעם טאָג פֿון דער שטאָט צונויפֿגעפֿאַלן מיטן מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד, אין וועלכן ס׳האָט אויך אָנטייל גענומען דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟. צום פּאָפּולערסטן זענען געווען רוסישע איבערזעצונגען פֿון מאיר שלווס ביכער און היסטאָרישע אַטלאַסן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.
אין מאָסקווע גרייט מען צו די האָקי־שפּיל צווישן דער מאַנשאַפֿט „לעגענדעס פֿון האָקי‟ און „מנורה‟ — די ייִדישע האָקי־מאַנשאַפֿט.
די שפּיל וועט פֿאָרקומען דעם 11טן סעפּטעמבער. עס ווערן פֿאַרבעטן ייִדישע יתומים פֿון קינדער־היימען. מאָנטיק דעם 8טן סעפּטעמבער איז אין מאָסקווער פּרעסע־צענטער פֿאָרגעקומען אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט דער חב״דנער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר, אָלימפּישער טשעמפּיאָן אַלכּסנדר קאָזשעווניקאָוו און דער קוראַטאָר פֿון דער מאַנשאַפֿט, דער באַרימטער דזשעז־מוזיקער איגאָר בוטמאַן. בערל לאַזאַר האָט דערקלערט, אַז ער פֿרייט זיך, וואָס חב״ד איז די ערשטע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געשאַפֿן אַ ספּאָרט־מאַנשאַפֿט, און גערעדט וועגן ענלעכקייט צווישן דעם רעליגיעזן לעבנס־שטייגער און ספּאָרט.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי עפֿנט אַ ציקל רעפֿעראַטן, געווידמעטע דער ייִדישער מוזיק. די רייד וועט גיין וועגן דער ראָלע, וואָס ייִדן האָבן געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַלוועלטלעכער מוזיקאַלישער קולטור פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די רעפֿערענטן וועלן דערציילן וועגן די באַרימטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן: אָסוואַלדאָ גאָליכאָוו, דזשאָן זאָרן, אַרטור לוריע, סאָוועטישע דזשעז־מוזיקער לעאָניד אוטיאָסאָוו און וואַלענטין פּאַרנאַך.
נאָך אַ העלד פֿון רוסלענדישע נײַעס איז די וואָך ווידער געוואָרן דער זינגער אַנדריי מאַקאַרעוויטש, איינער פֿון די גרינדער פֿון סאָוועטישער ראָק־מוזיק. אין דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „מאָסקווער עכאָ‟ האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַן נײַ ליד „מײַן לאַנד איז משוגע געוואָרן‟. דאָס ליד איז געווידמעט די געשעענישן אין אוקראַיִנע. „מײַן לאַנד איז געגאַנגען אויף דער מלחמה, און מיר איז ניט געלונגען עס אָפּצושטעלן; מײַן לאַנד איז משוגע געוואָרן, און איך קאָן גאָר נישט העלפֿן‟ — זינגט מאַקאַרעוויטש. נאָך דעם איז זײַן אינטערנעט־זײַטל געוואָרן „אָפּגעהאַקט‟ און געשלאָסן. מאַקאַרעוויטש ווערט אַ נײַער העלד פֿון דער אָפּאָזיציע.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די פֿונדאַציע פֿון שאַפֿן יוסף בראָדסקיס מוזיי האָט דערקלערט דעם אָנהייב פֿונעם פּאָעטישן פֿאַרמעסט לכּבֿוד דעם גרויסן פּאָעט. באַטייליקן זיך אינעם פֿאַרמעסט קענען אַלע דיכטער — סײַ באַרימטע, סײַ יונגע און אומבאַקאַנטע. מע נעמט אָן די מאַטעריאַלן ביזן 1טן אָקטאָבער. דער זשורי באַשטייט פֿון באַקאַנטע פּאָעטן, ליטעראַטור־קריטיקער און רעדאַקטאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.