דער גריכישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן דאָס אָפּלייקענען דעם חורבן איז פֿאַרווערט, און פֿאַר די העסלעכע דיבורים קאָן קומען אַ שטרענגערע שטראָף.
לעצטנס, איז אין גריכנלאַנד געוואָרן פּאָפּולער די נעאָ־נאַציסטישע פּאַרטיי „דער גאָלדענער קאַיאָר‟, און עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט גוואַלד־טאַטן קעגן די אימיגראַנטן. במשך פֿון מער ווי אַ יאָר האָט דער פּאַרלאַמענט באַהאַנדלט, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט באַקעמפֿן די דאָזיקע אומאָנגענעמע פּראָצעסן. צום ערשטן מאָל האָט מען אינעם לאַנד אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן דאָס אָפּלייקענען אָדער דאָס האַלטן פֿאַר אַ נישטיקייט דעם ייִדישן חורבן, צי אַן אַנדער אָנערקענטן היסטאָרישן אַקט פֿון גענאָציד, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ קרימינעל פֿאַרברעכן.
55 פֿון די 99 דעפּוטאַטן, וועלכע זענען בנימצא אינעם פּאַרלאַמענט דינסטיק אין אָוונט, דעם 9טן סעפּטעמבער, האָבן אָפּגעשטימט פֿאַרן נײַעם געזעץ. בסך־הכּל, באַשטייט דער גריכישער פּאַרלאַמענט פֿון 300 געזעצגעבער.
לויט דעם נײַעם געזעץ, האָט מען אויך געהעכערט דעם מעגלעכן תּפֿיסה־טערמין פֿאַרן אָנרייצן דעם ראַסיסטישן גוואַלד פֿון צוויי ביז דרײַ יאָר. די שולדיקע יחידים און גרופּעס וועלן מוזן באַצאָלן אַ קנס. אויב די רעגירונג וועט אויסגעפֿינען, אַז אַ געוויסע אָרגאַניזאַציע פֿאַרשפּרייט ראַסיזם, וועט זי קאָנען פֿאַרלירן די מלוכישע סובסידיעס.
די ייִדישע קהילה אין גריכנלאַנד און אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן שוין לאַנג געפֿאָדערט בײַ דער גריכישער רעגירונג אָנצונעמען שטרענגערע מאָסמיטלען, כּדי צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם פֿונעם שטײַגנדיקן ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם. אַ ריי פֿירער פֿונעם נעאָ־נאַציסטישן „גאָלדענעם קאַיאָר‟ קלײַבט מען זיך אין גיכן מישפּטן פֿאַר זייער שײַכות צו אַ קרימינעלער אָרגאַניזאַציע. דער „גאָלדענער קאַיאָר‟ באַנוצט זיך כּסדר מיט די נאַצי־סימבאָלן. די באַוועגונג־פֿירער האָבן אָפּגעלייקנט, אַז די נאַציס האָבן פֿאַרניכטעט די ייִדן אין די טויט־לאַגערן און גאַז־קאַמערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די סתּירותדיקע אולטראַ־רעכטע פּאַרטיי האָט 18 דעפּוטאַטן אינעם גריכישן פּאַרלאַמענט. איר הויפּט־פֿירער, ניקאָלאַאָס מיכאַלאָליאַקאָס, האָט אָנגעהויבן שאַפֿן די דאָזיקע באַוועגונג אין די 1980ער יאָרן. אינעם יאָר 1993 האָט מען זי רעגיסטירט ווי אַ פּאָליטישע פּאַרטיי. מיט אַ יאָר צוריק, האָט מען אַרעסטירט מיכאַלאָליאַקאָס פֿאַרן שאַפֿן אַ קרימינעלע אָרגאַניזאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.