פֿון קינדװײַז אָן זוכן מיר משיחן, דעם אױסלײזער. בײַ אַ פֿרום ייִדיש קינד, װעלכער װײסט נאָך ניט װאָס צו פֿרעגן און װוּ צו זוכן, אַסאָציִיִרט זיך דאָס געשטאַלט פֿון משיחן מיט אַ באַשעפֿעניש, װאָס קען אים באַשיצן, אָנהאָדעװען און שײן אױספּוצן. אַז מע װערט אַ ביסל עלטער הײבט מען אים אָן צו זוכן צװישן די לערער. אַז ס’װעט אײַך צופֿידלען, װעט איר אים שױן זוכן צװישן די צדיקים, און אױב ס’װעט אײַך ניט צופֿידלען — צװישן די קרעפֿטיקע זשלאָבן אָדער צװישן די ברוטאַלע פֿאַרברעכער.
אױב מע קומט בשלום אָן צו „לבינה‟ זוכט מען שױן משיחן צװישן די געצײלטע גאונים אָדער די הױפּט־כאַריזמאַטישע דיקטאַטאָרן. אין דער־אָ תּקופֿה, צװישן „לבינה‟ ביז „לעצה‟, איז זײער װיכטיק ניט אײַנרעדן זיך אַ קינד אין בױך, אַז אױך איר פֿאַרמאָגט עפּעס פֿון משיחס שטריכן, װײַל אין בעסטן פֿאַל װעט איר טרעפֿן אין אַ משוגעים־הױז, אין ערגסטן — אױף די תּפֿיסה־נאַרעס. די תּקופֿה פֿון „לזקנה‟ ביז „לשׂיבֿה‟ איז אפֿשר דער שװערסטער פּעריאָד אין משיח־זוכונגען.
די פּאָטענציעלע קאַנדידאַטן אױף משיחס שטעלע קלײַבן זיך פּאַמעלעך איבער אױפֿן עולם־האמת, און איר הײבט אָן צו פֿאַרשטײן, אַז זעכציק אָדער זיבעציק יאָר פֿון אײַער יאָגעניש איז גאָרנישט װערט, איז אַ שװה־פּרוטה, און דאַן קערט איר זיך אום צו די פּאָזיציעס פֿון אַ פּיצל קינד… און מע דאַרף אָנהײבן דאָס לעבן פֿון ס’נײַ, אָבער דאָס מאָל — אָן אַ הײמישן באַשיצער און אָן אַן אױסלײזער; עס בלײַבט נאָר צו װאַרטן אױפֿן קומענדיקן גילגול.
שטעלט זיך אַ פֿראַגע… אָט, האַלטן מיר אין אײן װאַרטן און זוכן משיחן, דעם באַפֿרײַער, דעם אױסלײזער… אָבער, פֿון װאָס דאַרף ער אונדז אױסלײזן צי פֿון װעמען באַפֿרײַען? אַ תּמימותדיקער מענטש ענטפֿערט: װאָס הײסט? ער װעט אונדז אױסלײזן פֿון „אַל דאָס שלעכטס‟ און באַפֿרײַען פֿון דער יצר־הרע, דהײַנו: פֿון הונגער, פֿון די קרענק, פֿון שׂינאה־קינאה, פֿון די מלחמות, פֿון דער קריװדע, און אַזױ װײַטער, לױט דער רשימה פֿון די שלעכטע טבֿעס, טאַטן און סיטואַציעס. סטײַטש, זאָג איך צו זיך אַלײן, איך קען נאָך פֿאַרשטײן, װען מע זוכט אַן אױסלײזער, װעלכער זאָל קענען ראַטעװען פֿון אַן ערדציטערניש, פֿון אַ מעטעאָריטן־רעגן אָדער פֿון אַ צונאַמי, אָבער ס’רובֿ סיטואַציעס אין דער „אַל דאָס שלעכטס‟־רשימה האָבן דאָך געשאַפֿן די מענטשן אַלײן. דאָס הײסט, אַז אױך די לײזונג פֿון די אַלע „לעבעדיקע צרות‟ געפֿינט זיך אינעם מענטשנס הענט.
כּדי צו לײזן די אַלע מיאוסע זאַכן, דאַרף מען ניט האָבן קײן משיחן, עס איז גענוג אײַנצושטעלן אַ פּאַסיקע דערציִונג און בילדונגס־סיסטעם און — אפֿשר דאָס װיכטיקסטע — אָפּזינדערן אַ װעלכן ניט איז פֿאַנאַטישן משוגעת פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן און מלוכישן לעבן, װײַל דער ציל פֿון אַלערלײ פֿאַנאַטיקער איז תּמיד געװען און געבליבן דער זעלבער — אײַנצושטעלן אַ כאַליפֿאַט פֿון אַ טאָטאַלן דיקטאַט. און עס מאַכט ניט אױס, װעגן װעלכער פֿאָרעם פֿון אַ דיקטאַטור עס רעדט זיך, װײַל זײ אַלע — סײַ די אידעאָלאָגישע און סײַ די רעליגיעזע — שטעלן אײַן דעם קעניגרײַך פֿונעם פֿאַנאַטישן טעמפּן גלױבן אין „עפּעס הײליקס‟, און באַרעכטיקן דעם גװאַלד און מאָרד װי אַ מיטל צו דערגרײכן דעם ציל. אַזױ איז דאָס געװען און אַזױ איז דאָס געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אַזױ צי אַנדערש, אָבער דער פּריװאַטער אָדער קאָלעקטיװער געיעג נאָך משיחן שטעלט פֿאַר זיך אַ „לעבעדיקן‟ ציל, דהײַנו: צו באַזיגן דעם טױט, װעלכער איז אַ סימבאָל פֿון „אַל דאָס שלעכטס‟. און דאָס איז אפֿשר אײנע פֿון די גרונטלעכע סיבות פֿונעם שטורמישן פּראָצעס פֿון פֿאַרגעטלעכן די מעדיצין־װיסנשאַפֿט בכלל און איר פּראַקטישן טײל בפֿרט.
װי באַװוּסט, קען יעדער דור מענטשן זוכה זײַן צו װערן אַ משיחס דור, און טאַקע אין דעם שטעקט אַ גרױסע סכּנה, סײַ פֿאַר אַ יחיד און סײַ פֿאַרן קהל. װען די „משיחים‟ װאָלטן פֿאָרױסגעזען װיפֿל בלוט און טרערן װעלן זײ ברענגען זײערע ברידער און שװעסטער, איז נאָך אַ גרױסער ספֿק, צי זײ װאָלטן אױף זיך אַרױפֿגעלײגט די בלישטשענדיקע קרױן פֿון אַן אױסלײזער. אַ פּשוטער באַלאַנס אינעם פּאַראַגראַף „משיח און זײַנע קרבנות‟ באַװײַזט, אַז אַן אײנפֿאַכע יאַרמלקע פּאַסט די ייִדן אַ סך מער, װי די באַפּוצטע קרױן פֿון אַ באַפֿרײַער און אַן אױסלײזער.
איך װאָלט בכלל ניט אָנגערירט אָט די־אָ גאָר דעליקאַטע טעמע, אין װעלכער איך גריבל זיך אַרום פֿופֿציק יאָר, נאָר אַ קורצער און אַ פּשוטער אױספֿיר פֿונעם גרױסן ייִדישן פֿילאָסאָף ישעיהו לײבאָװיטש, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט מיך װידער אומגעקערט צו דער־אָ טעמע און ממש מרמז געװען, אַז די צװײ־טױזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון זוכן און באַקרױנען אַ נײַעם ייִדישן „פֿאַלשן משיח‟ איז אפֿשר געקומען צו איר נאַטירלעכן סוף, דהײַנו, ווײַל די אמונה אין משיחס קומען באַזירט זיך אױפֿן גלױבן, אַז משיח װעט קומען, ס’הײסט, אַז ער דאַרף נאָך קומען. דער, װעלכער איז שױן יאָ געקומען, קען נישט זײַן משיח, װײַל מיר גלײבן „באמונה שלמה‟, אַז ער „װעט קומען‟ אַ װען ניט איז אין דער צוקונפֿט. אָבער, „משיח‟, װעלכער איז שױן געקומען… איז אַ פֿאַלשער משיח. דער באַגריף „אַן אמתער משיח‟ פֿאָדערט אַן אונטערגרונט פֿון „אײביקײט‟.
אין דער טעאַטער־װעלט איז פּאָפּולער אַן אױסדרוק: „דעם מלך שפּילט דער המון‟. באמת, װער קען זיך פֿאָרשטעלן משיחן, װעלכער זיצט זיך שטילערהײט אין התבודדות, אײנער אַלײן, ערגעץ װוּ אין דער סיבירער טײַגע אָדער אין מידבר?… די ראָלע פֿונעם אונטערדריקטן עם־הארצישן המון אין די באַװוּסטע געשיכטעס מיט די פֿאַלשע משיחים איז ניט קלענער פֿון דער שולד פֿונעם פֿאַלשן משיח גופֿא. דער גאָון און גדול־דורו ר’ נחמן בראַסלעװער, װעלכער האָט גוט געקענט די געשיכטעס מיט די „פֿאַלשע משיחים‟, האָט שױן אין זײַנע ערשטע תּורות געװאָרנט די ייִדישע װעלט פֿון דער טעמפּער פֿאַנאַטישקײט אין די ענינים, פֿאַרבונדן מיט משיחס קומען. „משיחס הױפּט־כּלי־זײן (געװער), — זאָגט ר’ נחמן, — זײַן הױפּט־כּלי־זײן, װאָס מיט זײַן כּוח װעט ער פֿירן אַלע מלחמות און דורכפֿירן אַלע כּבושים, איז די תּפֿילה.‟ אַ ביסל שפּעטער, אין די װײַטערדיקע תּורות, דערקלערט ר’ נחמן, אַז דער מהות פֿון אַ תּפֿילה און דער משיח־מהות זײַנען געקניפּט און געבונדן אין אַ העכערן, אַלװעלטישן און איבערװעלטישן בונד. תּפֿילה און משיח זײַנען דאָס זעלבע — תּפֿילה איז שכינה, מטרוניתא, דיבור, מלכות… דער עיקר, גלות נעמט זיך פֿון מאַנגל אין אמונה, און די אמונה איז אין דער בחינה פֿון תּפֿילה, און די תּפֿילה איז אין דער בחינה פֿון ניסים… תּפֿילה איז איבער דער נאַטור, עס קומט די תּפֿילה און ענדערט די טבֿע…
כּמעט אין דער זעלבער צײַט, װען ר’ נחמן בראַסלעװער האָט געשריבן זײַנע תּורות, איז געבױרן געװאָרן דאָס ליטװאַקישע פֿאָלקס־מעשׂהלע װעגן משיחס קומען. אַ שײן מעשׂהלע, אַ קלוגס און ממש אַלצײַטיקס. בקיצור…
דער װילנער גאָון איז אַ מאָל געפֿאָרן קײן לידע מיט אַן אָרעם װעגעלע. אונטער װעגנס איז אַראָפּגעקראָכן דער בעל־עגלה אין אַ שענקל און צוריקגעקומען שױן גוט אונטערגעשאָסן. דעריבער האָט ער געבעטן דעם װילנער גאָון, אַז יענער זאָל בײַ אים איבערנעמען די לײצעס און טרײַבן די פֿערד. דער גאָון האָט אים געפֿאָלגט, און דער בעל־עגלה האָט זיך דערװײַל אַװעקגעלײגט אינעװײניק אין װעגעלע, צו כאַפּן אַ דרימל. און אַזױ קומען זײ, מיט גאָטס הילף, קײן לידע און דאָ, עפּעס אַ פֿאַרבײַגײענדיקער ייִד דערזעט פּלוצעם דאָס מלאכס פּנים פֿונעם אָנטרײַבער און אַ פֿאַרצאַפּלטער לױפֿט ער אַרײַן אין שיל מיט אַ געשרײ: „ייִדן, קומט, משיח איז געקומען!‟
— אױ־װײ! װוּ? װי אַזױ? — פֿרעגן אים די ייִדן מיט אַ קורצן אָטעם.
— אָט דאָ, לעבן דער שיל. כ’האָב דערזען די ליכטיקײט פֿון דער שכינה אױפֿן בעל־עגלהס פּנים. טאָ װער זשע זאָל שױן אינעװײניק זיצן אױב ניט משיח אַלײן? — האָט דערקלערט דער בשׂורה־אָנזאָגער.
לױפֿן אַלע ייִדן אַרױס פֿון שיל, מקבל־פּנים זײַן משיחן. און דערזעען זײ גאָר, אַז אין אַ װעגעלע ליגט אַ ייִד אַ שיכּור און כראָפּעט.
דאָס הומאָריסטישע מעשׂהלע ברענגט מיך צו ישעיהו הנבֿיאס זעונג: „והיה צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו‟, און גערעכטיקײט װעט זײַן דער אָנגורט פֿון זײַנע לענדן, און אמונה — דער גאַרטל פֿון זײַנע דיכן. און דאַן װעט אײַנגעשטעלט װערן די מאַכט פֿון צדק און שלום אױף דער װעלט. אַזױ אַרום, טײַערע ייִדן, קודם־כּל, שטעלט אײַן צדק־און־שלום אױף דער װעלט, און שױן נאָך דעם הײבט אָן אַרױסקוקן אױף משיחס קומען, אַז ער, דער אמתער אױסלײזער, זאָל אױסלײזן אונדזערע קינדסקינדער פֿון דער נודנעקײט פֿונעם אײביקן לעבן. דערװײַל זשע, לײגט אַרײַן, און טאַקע װאָס מער, אין דער דערציִונג און בילדונג פֿון אונדזערע קינדער, װײַל „אַז משיח װעט קומען, װעלן אַלע קראַנקע געהײלט װערן, נאָר דער נאַר װעט אַ קאַליקע בלײַבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.