ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 11, 2014, issue of October 10, 2014.

120### יאָר פֿון דער חבֿרה־קדישא פֿון בוענאָס־אײַרעס

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה גייט אָן מיט די פֿײַערונגען פֿון איר 120־יאָריקער עקזיסטענץ, זינט פֿיר אינסטיטוציעס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מיטן ציל צו שאַפֿן אַ חבֿרה־קדישא, װאָס זאָל באַדינען דעם ייִשובֿ.

לעקציעס, אויסשטעלונגען און באַערונגען װערן צוגעגרייט במשך פֿון דעם גאַנצן יאָר. מיטװאָך, דעם 3טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט אין קאָלאָן־טעאַטער, דער באַרימטער אָפּערע־ און קאָנצערט־טעאַטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. עס זײַנען בײַגעװען דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט, אינזש‘ מאַוריסיאָ מאַקרי, סענאַטאָרן, דעפּוטאַטן, גײַסטלער פֿון פֿאַרשיידענע גלויבנס, פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס, װאָס זײַנען געקומען באַגריסן די קהילה.

די „קאַמעראַטאַ באַרילאָטשע‟ פֿון די װעלט־באַרימטסטע קאַמער־אַנסאַמבלען אין לאַנד האָט געשפּילט פּיעסעס פֿון בעליני, מענדעלסאָן, טשײַקאָװסקי און פּיאַצאָלאַ. װי אַ ביס האָט מען געהערט „ירושלים של זהבֿ‟, ספּעציעל אַראַנזשירט פֿון מאַעסטראָ װיװיאַן טאַבוש, אַן ערשטראַנגיקער מוזיקער און כאָר־דיריגענט. דער עולם, אַ 3,000 מענטשן, האָבן גענאָסן פֿון דעם אָװנט, װוּ עס האָבן ניט געפֿעלט רעדעס און אָנערקענונגען פֿאַר דער שטאָט־ און טעאַטער־אויטאָריטעטן, אָבער ס‘איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז מענדעלסאָן איז טאַקע אַ װיכטיקער קאָמפּאָזיטאָר, אָבער ער קען ניט פֿאָרגעשטעלט װערן װי אַ ייִד.


פֿעסטיוואַל פֿון „קרן־קימת‟

מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער האָט דער „קרן־קימת‟ אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיװאַל, װוּ 800 תּלמידים פֿון 18 ייִדישע שולן האָבן געטאַנצט און געזונגען אונטער דעם לאָזונג „איך גלייב אין אַ בעסערער װעלט‟. שוין 31 יאָר װי דער פֿעסטיװאַל איז געװאָרן אַ טראַדיציע פֿאַר די ייִדישע קינדער, פּונקט װי די פּושקע און פֿלאַנצן ביימער.


טשילע: דער אַנטיסעמיטיזם וואַקסט

דניאל פֿאַרקאַס גענדעלמאַן איז געװען װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה אין סאַנטיאַגאָ, טשילע, און איז הײַנט אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע. נאָך דעם אַטענטאַט, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ לאָקאַל פֿון אַ סטאַנציע אין דער אונטערגרונט־באַן פֿון סאַנטיאַגאָ, װאָס האָט גורם געװען 14 פֿאַרװוּנדעטע, האָט ער דערקלערט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז הײַנט צו טאָג אין פֿראַנקרײַך און טשילע פֿון די שטאַרקסטע אויף דער װעלט איבער דעם אַראַבישן „לאָבי‟, װאָס איז אַגרעסיװער געװאָרן נאָך די געשעענישן אין עזה.


זיכערהייט־מיטלען צו די ייִדישע ימים־טובֿים

האָראַסיאָ קאַלדעראָן איז אַן אָנגעזעענער אַרגענטינער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטישער אַנאַליסט, װאָס האָט דערקלערט, אַז די װעלט און אויך ספּעציעל לאַטײַן־אַמעריקע דאַרף זײַן גרייט, אַז דעם 11טן סעפּטעמבער זאָלן פֿאָרקומען אַטענטאַטן. די „דאַיאַ‟ האָט צונויפֿגערופֿן אַ ספּעציעלע פֿאַרזאַמלונג פֿון פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און אָנגענומען ספּעציעלע זיכערהייט־מיטלען. די אַרגענטינער פּאָליציי און די אַרמיי האָבן פֿאַרשטאַרקט זייערע פֿאַרטיידיקונג־מיטלען איבער די ייִדישע אינסטיטוציעס און צוגעזאָגט, אַז בעת די ייִדישע ימים־טובֿים װעט מען שטרענג אָפּהיטן די שילן.


מאָדעלן פֿאַר די „בריגאַדן פֿון אַבו אַלי מוסטאַפֿאַ‟

די אַרגענטינער פּרעסע האָט פּובליקירט אַ בילד, װאָס האָט פֿאַרשפּרייט די אַראַבישע פּרעסע־אַגענטור, װוּ מען זעט די אַרגענטינער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער לעבן דעם טעראָריסטישן פֿירער פֿון „כעזבאָלאַ‟, נאַסראַלאַ, און דעם פֿאַרשטאָרבענעם װענעזועלער פּרעזידענט טשאַװעס. די דרײַ װערן אָנגערופֿן „די אַקס פֿון דער רעזיסטענץ‟, און זײַנען דער מאָדעל פֿאַר די „בריגאַדן פֿון אַבו אַלי מוסטאַפֿאַ‟, אַן עקסטרעמיסטישע אַראַבישע גרופּע. די אַרגענטינער רעגירונג האָט בלויז דערקלערט, אַז דאָס בילד פֿון דער פּרעזידענטין איז אַראָפּגענומען געװאָרן בײַ דער צערעמאָניע פֿון פֿאַרטיילן שװערדן די נײַע אָפֿיצירן פֿון דער מיליטערישער שול.


אַ סעמינאַר־װאַרשטאַט: „געשיכטע און זכּרון פֿון חורבן אין אייראָפּע און אַרגענטינע‟

דינסטיק, דעם 9טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אין דעם „אוניװערסיטאַרן אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלע און עקאָנאָמישע שטודיעס‟ אַ סעמינאַר־װאַרשטאַט אויף דער טעמע „געשיכטע און זכּרון פֿון חורבן אין אייראָפּע און אַרגענטינע‟. עס האָבן זיך באַטייליקט ד״ר איװאַן יאַבלאָנקאַ, פֿונעם פּאַריזער אוניװערסיטעט; ד״ר מאַיאַ ביערג פֿון דעם אוניװערסיטעט אין קילמעס, אוּן די ליצ‘ מאַלענאַ כינסקי, אַ יונגע סטיפּענדיאַנטקע פֿון „קאָניסעט‟, די אַרגענטינער נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר פֿאָרשונג, און אַ סטודענטקע פֿון ייִװאָ. די יונגע פֿאָרשער האָבן באַגרינדעט און געאַרבעט איבער ביאָגראַפֿיעס פֿון די זיידעס אויף צוצוקומען צו די שוידערלעכע דערפֿאַרונגען פֿונעם חורבן.


ישׂראל־פֿילם „זאָל דײַן זכּרון זײַן ליבע‟

דינסטיק, דעם 9טן סעפּטעמבער איז געװיזן געװאָרן דער ישׂראלדיקער פֿילם „זאָל דײַן זכּרון זײַן ליבע‟, װאָס באַשרײַבט די לעבן־געשיכטע פֿון עובֿדיה ברוך, װעלכער איז דעפּאָרטירט געװאָרן מיט זײַן גאַנצער משפּחה קיין אוישװיץ אין מאַרץ 1943. ער װערט באַפֿרײַט אין מײַ 1945. אין אוישװיץ באַקענט ער זיך מיט עליזה, מיט װעלכער ער איז עולה און הייבט אָן אַ נײַ לעבן. דער פֿילם פֿון צבֿיקה נבֿוא איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס מיט דער שטיצע פֿון „יד־ושם‟, און איז אַ רירנדיקע געשיכטע פֿון ליבע אין די שוידערלעכסטע מאָמענטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.