די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַ פּאָרפֿאָלק חתונה געהאַט מיט אַ חופּה אויף איינעם פֿון די צענטראַלער פּלאַצן אין בערלין, ווי אַן אַקציע קעגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, זענען אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט און אַנדערע ערטער אויסגעבראָכן אַ סעריע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, על־פּי־רובֿ פֿאַרבונדן מיטן קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל־מיזרח.
הרבֿ יהודה טײַכטאַל, דער דירעקטאָר פֿונעם ליובאַוויטשער צענטער פֿאַר ייִדישער בילדונג אין בערלין, וועלכער האָט געדינט ווי אַ מסדר־קידושין בײַ דער חתונה אויפֿן פּאָטסדאַמער פּלאַץ, האָט איבערגעגעבן, אַז די חתן־כּלה הייסן איגאָר און יעלענאַ; ביידע זענען אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער רבֿ האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן זייער פֿאַמיליע־נאָמען.
בערך 100 געסט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אונטערנעמונג, וועלכע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דרויסן אויפֿן רוישיקן קרייצוועג פֿון טראַנספּאָרט־ און צופֿוס־פֿאַרקער. טויזנטער פֿאַרבײַגייער האָבן באַמערקט די חופּה. יעדן טאָג גייען פֿאַרבײַ איבערן פּאָטסדאַמער פּלאַץ בערך 70,000 מענטשן.
טײַכטאַל האָט דערציילט, אַז ער האָט איבערגעצײַגט דעם פּאָרפֿאָלק נישט חתונה צו האָבן אין אַ האָטעל אָדער אינמיטן אַ ייִדישן צענטער, נאָר דווקא אויף דער גאַס, אינעם צענטער פֿון בערלין, ווי אַ מין דעמאָנסטראַציע קעגן די אַנומלטיקע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. דער רבֿ האָט באַמערקט, אַז נישט ווייניק צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער האָבן פֿאָטאָגראַפֿירט דאָס דאָזיקע אומגעוויינטלעכע געשעעניש.
דער מסדר־קידושין האָט געטענהט, אַז אַ טייל בערלינער ייִדן ווילן נישט אַרויסווײַזן זייער שײַכות צו ייִדישקייט אויף דער גאַס, אָדער ווילן נישט רעדן אין דרויסן אויף העברעיִש. דער צוועק פֿון דער אָפֿענער חופּה איז צו ענטפֿערן די אַנטיסעמיטן, אַז ייִדן שטאָלצירן מיט זייער גרויסער טראַדיציע און שעמען זיך נישט מיט איר. אַדרבה, אַזאַ אונטערנעמונג קאָן מקרבֿ זײַן מער ייִדן צו ייִדישקייט.
זונטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, פּלאַנירט מען דורכצופֿירן אַ מער פֿאָרמעלע דעמאָנסטראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם בײַם בראַנדענבורגער טויער, וואָס געפֿינט זיך אינעם זעלבן טייל פֿונעם בערלינער צענטער. לויטן פּלאַן, וועלן אין די דאָזיקער אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט דורך „צענטראַלן ראַט פֿון דײַטשישע ייִדן‟, זיך באַטייליקן אַ ברייטער קרײַז פֿון פּאָליטישע און רעליגיעזע טוער. די דעמאָנסטראַציע וועט גלײַכצײַטיק געוויזן ווערן אויף דער טעלעוויזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.