דאָס וואָרט „טאָרבע‟ איז אַרײַן אין ייִדיש, ווײַזט אויס, פֿון די סלאַווישע שפּראַכן. טאָרבע איז דאָ אין רוסיש, אין אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, פּויליש. מיר געפֿינען עס אויך אין דער רומענישער שפּראַך. שטאַמען שטאַמט עס פֿון די טיורקישע שפּראַכן, ס’איז אַ טיורקיזם. דאָס וואָרט „טאָרבע‟ האָט מען גענוצט אי אין בעסאַראַבער ייִדיש, אי אין אוקראַיִנישן ייִדיש, אין פּוילישן און ליטווישן…
די ייִדישע שרײַבער פֿון פֿאַרשיידענע קאַנטן האָבן אין זייערע ווערק דעם באַגריף „ייִדישע טאָרבע‟. די רומענישע צי די אוקראַיִנישע טאָרבעס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט אויסגענייטע נאַציאָנאַלע עלעמענטן. די ייִדישע טאָרבע, געמאַכט פֿון אַ ייִד, איז געווען, געוויינטלעך, אָן נאַציאָנאַלע עלעמענטן, אויפֿגענייט פֿון פּשוטער סחורה אויף צו טראָגן אין איר ניט קיין גרויסע זאַכן, עסנוואַרג, קלייניקייטן. מע פֿלעגט אויך נוצן דאָס וואָרט „טאָרבעלע‟ אין פֿיגוראַטיוון זינען, למשל, „טאָרבעלעך אונטער די אויגן‟; צי מיר קאָנען הערן עס אין אַ פֿאָלקסליד: „טאָרבעטשקעס טראָגן די עניים‟. אַרײַן איז עס אין ווערטלעך: „אַ משל אויף אַ טאָרבע־פֿלעקער‟ און „אויפֿנייען זיך אַ טאָרבע‟.
אין 1904, איז אין דער „ביבליאָטעק דאָס לעבן‟, אַרויס דאָס ביכל „די יודישע טארבע‟, דערציילונגען פֿון ישעיהו לערנער. אין דער צײַטונג „דיא ייִדישע ביהנע‟, 1910, האָט יצחק־אײַזיק ליובעצקי אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל אונטערן נאָמען „ווינער ייִדישע אַקטיאָרן און די ייִדישע טאָרבע.‟ וואָס זשע טראָגט דער ייִד אין זײַן טאָרבע? בײַשפּילן פֿון פּראָזע און פּאָעזיע.
מענדעלע מוכר־ספֿרים שרײַבט אין דער הקדמה צו „מסעות בנימין השלישי‟: „סטײַטש… אַ פּוילישער ייִד אָן כּלי־זיין, אָן מאַשינעס, נאָר מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און מיט אַ טלית און תּפֿילין־זאַק אונטערן אָרעם זאָל אָפּשפּאַנען אין אַזעלכע ערטער, וואָס גרויסע באַרימטע ענגלישע רײַזנדער האָבן אַהין נישט געקאָנט צוקומען…‟ אין זײַן אַרײַנפֿיר־ווידמונג צו „פֿישקע‟ זאָגט מענדעלע: „…וואָס איך זאָל נישט וועלן דערציילן אָדער זאָגן קומט מיר פֿאָר די טאָרבע…‟
אַן אַלטע יתומה,
אָן טאַטן און מאַמען,
וואָס שלעפּט אויף די פּלייצעס
אַ טאָרבע מיט גראַמען…
ציטירנדיק די שורות, שרײַבן יוסף און חנה מלאָטעק אין זייער ביכל „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟: „אָט די טאָרבע מיט גראַמען האָט געשפּילט אַ ביז גאָר וויכטיקע ראָלע אין דער קולטור־געזעלשאַפֿטלעכער דערוואַכונג און אַנטוויקלונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן, און זי האָט אויך געעפֿנט דעם דיכטערישן וועג פֿאַר פֿיל שפּעטערדיקע פּאָעטן.‟
אין איינער פֿון די שענסטע לידער, לויט מײַן מיינונג — ה. לייוויקס ליד, „די נאַכט איז פֿינצטער‟, שרײַבט ער:
ס’איז פּוסט מײַן טאָרבע,
מײַן האַרץ איז לער,
און ביידע איבעריק,
און ביידע שווער.
און ווײַטער:
מיר גייען צווייען.
די וועלט איז שוואַרץ:
איך טראָג די טאָרבע,
און ער מײַן האַרץ.
דער פּאָעט א. מ. דילאָן שרײַבט אין זײַן ליד „פֿרעג בײַ גאָט, בײַ מענטשן‟:
כ’טראָג מיט מיר אַ טאָרבע געלע בלעטער,
און צעשיט בײַ יעדן שוועל און טיר…
אַוודאי, האָט גענוצט דאָס וואָרט „טאָרבע‟ דער בעסאַראַבער דיכטער אפֿרים אויערבאַך:
ס’האָט זיך אָנגעטרונקען די נאַכט מיט לבֿנה
און גייט איבער די שטיבער גוט־יום־טובֿ־ביטן,
מיט אַ טאָרבע ליכט, מיט אַ כּשר פּנים,
מיט די שטערן, וואָס זאָלן פֿון בייז זיי באַהיטן…
בײַ פּרץ מאַרקישן, אינעם ציקל לידער „אויפֿשריפֿטן אויף מצבֿות‟, קאָן ער זיך אויך נישט באַגיין אָן אַ „טאָרבע‟:
די שטיבלעך טוקן זיך, ווי שיפֿלעך אָנגעשטאָפּטע,
מיט שווייס, מיט זעק, מיט טאָרבעס שווערע…
איציק מאַנגער כאַפּט אונטער דעם מאָטיוו:
זיי חלומען: סטעפּ. דער הייליקער גײַסט
גייט מיט אַ טאָרבע אַרום און רײַסט
שוואַרצע יאַגדעס פֿאַר זײַן האַרטן ברויט…
און אויך אין אַן אַנדער פֿערז פֿון „אַ ליד וועגן אליהו הנבֿיא‟:
אויף דער שוועל שטייט אליהו הנבֿיא,
אַ קלעזמער פֿון נעכטיקע טעג,
ער נעמט די לבֿנה אין טאָרבע
און לאָזט זיך ווײַטער אין וועג…
זײַן פּאָעטישע טאָרבע האָט געטראָגן משה קולבאַקן:
אַ בן־מלך האָט זיך פֿאַרשטעלט אין אונדזער געגנט פֿאַר אַ פּאַסטעך…
עס האָט געשמעקט זײַן פּעלצל און זײַן לײַוונטענע טאָרבע
מיט שטאַרקע קרײַטעכצער פֿון וואַלד און פּליין…
און אָט קומט שוין מיט זײַן אייגענער טאָרבע דער סאָוועטישער פּאָעט משה טייף אין זײַן ליד „ווײַסרוסיש‟:
מײַנע אורזיידעס געלעבט דאָ און געשטאָרבן,
אַלע טאָג געדאַוונט און געהאָרעוועט,
און געלאָזט אַ ירושה — פּוסטע טאָרבעס,
לידער טרויעריקע… האַרטע סקאָרינקעס…
יצחק באַשעוויס־זינגער, אין דער דערציילונג „גימפּל תּם‟, האָט זיך געוויס נישט געקאָנט באַגיין אָן אַ טאָרבע: „…ס’קבֿר וואַרט. די ווערעם זענען הונגעריק. די תּכריכים ליגן בײַ מיר אין דער טאָרבע…‟ אין אַן אַנדער דערציילונג „דער פּרוש‟ שרײַבט ער: „אַ צווייטער האָט געהאַט אין דער טאָרבע עטלעכע קאַרטאָפֿל און ער האָט זיי געבראָטן אויף די קוילן.‟
און צום סוף, לאָמיר ברענגען אַ בײַשפּיל מיט דער טאָרבע, וואָס איז, צום באַדויערן, שטענדיק אַקטועל. אין דער צײַטונג „דער מאָמענט‟ פֿאַר אַפּריל 1930, האָט ש. י. סטופּניצקי אַן אַרטיקל „די בעטלער מיט דער זײַדענער טאָרבע‟, וווּ ער שרײַבט וועגן די צענדליקער ייִדישע אינסטיטוציעס, וואָס זאַמלען געלט פֿאַר פֿאַרשיידענע צילן. דער אַרטיקל פֿאַרענדיקט זיך אַזוי: „די זײַדענע טאָרבע האָט איר נעץ אויף אונדז פֿאַרשפּרייט – קלאָגן ייִדן… קלאָגן סוחרים… קרעמער… באַנקען…”
דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט, „טאָרבע‟. ניט דאָס סאַמע ייִדיש־קלינגענדיקע וואָרט, נאָר מע האָט עס ברייט גענוצט אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער טאָג־טעגלעכער שפּראַך. פֿאַר וואָס? ווײַל דער ייִד אין אַלע זײַנע גלות־יאָרן האָט געוואַנדערט און געוואָגלט. קאָן זיך דען באַגיין אַ וואַנדערער אָן אַ טאָרבע? ניט אומזיסט האָט ה. לייוויק געשטעלט אין איין ריי די טאָרבע און דאָס האַרץ: „ס’איז פּוסט מײַן טאָרבע, מײַן האַרץ איז לער…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.