רות ווײַס וועגן אַבֿרהם סוצקעווער

Ruth Wisse on Abraham Sutzkever

פּראָפֿ’ רות ווײַס
Ben Ansen
פּראָפֿ’ רות ווײַס

פֿון לייזער בורקאָ

Published September 16, 2014, issue of October 10, 2014.

ס’איז געוואָרן אַ טראַדיציע אויף דער ייִדישער גאַס פֿון ניו־יאָרק, אַז יעדעס יאָר קומען פֿאָר צוויי גרויסע לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור: איינע לזכר ד”ר מרדכי (און איצט אויך טשאַרנע) שעכטער, און איינע לזכר ד”ר נעמי פּראַווער־קאַדאַר, וואָס איז פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט אין 2010. די ערשטע לעקציע איז שטענדיק אויף ייִדיש, בהסכּם מיט די שעכטער־פּרינציפּן, און די צווייטע איז, געוויינטלעך, אויף ענגליש, ווי עס פּאַסט פֿאַר דער משפּחה קאַדאַר און פֿאַר זייערע פֿרײַנד, וואָס אַ טייל פֿון זיי קענען ניט קיין ייִדיש.

פֿון איין זײַט, איז אַ ביסל מאָדנע צו קומען אויף אַ גרויסער ייִדישיסטישער אונטערנעמונג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט כּמעט אין גאַנצן אויף ענגליש, אָבער, פֿון דער צווייטער זײַט, האָט עס אויך געוויסע מעלות. למשל, אַן אַקאַדעמישע לעקציע פֿון פּראָפֿ’ רות ווײַס וועגן דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס זײַנע ווערק זײַנען אָפֿט אַ שווערע עבֿרי אַפֿילו פֿאַר גוטע ייִדיש־קענער, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז זי זאָל רעדן אויפֿן לשון, וואָס דער עולם פֿאַרשטייט בעסער.

דעם כּבֿוד פֿאָרצושטעלן פּראָפֿ’ ווײַס האָט געהאַט איר ברודער, פּראָפֿ’ דוד־הירש ראָסקעס, וואָס ער האָט דערמאָנט וועגן אַ וויכטיקער יובֿל־דאַטע: מיט 50 יאָר צוריק, דעם 30סטן אויגוסט 1964, אינעם הויפּטזאַל פֿון ייִוואָ, איז פֿאַרלייגט געוואָרן „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟. ראָסקעס — דעמאָלט 16 יאָר אַלט — איז געווען איינער פֿון די צוויי גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַן ערך הונדערט יונגע־לײַט איבער דער וועלט, דערצויגענע אין ייִדיש־רעדנדיקע היימען. „יוגנטרוף‟ האָט אַרויסגעגעבן אַן אייגענעם זשורנאַל, און אין 1966 איז דער סטיל־רעדאַקטאָר געווען אַ יונגע ייִדישיסטקע פֿון די בראָנקס — נעמי פּראַווער. אַזוי האָט זיך ראָסקעס צום ערשט באַקענט מיט דער פֿרוי, וואָס האָט מיט 40 יאָר שפּעטער בײַ אים אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר געמאַכט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע.

אַז דער אַקטיוויזם פֿון „יוגנטרוף‟ איז ניט געווען קיין אומזיסטער, ווײַזט דער פֿאַקט, אַז אויף דער לעקציע זײַנען געקומען אַ 20־30 ייִדיש־סטודענטן, ייִדיש־פֿאַרמער, און אַנדערע סאָרטן ייִדישיסטן פֿונעם ייִנגערן דור. פֿאַקטיש, האָט מען געהערט מער ייִדיש בײַ זיי, ווי בײַם עלטערן דור, כּמעט אַלע געבוירענע אין אַמעריקע. צו פֿאַרטרעטן די „אַלטע היים‟ פֿאַר דער מלחמה איז געקומען נאָר מיכל באַראַן צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, מילי, וואָס זיי שטאַמען ביידע פֿון אָשמענע, אַ שטעטל לעבן ווילנע.

וועגן ווילנע האָבן גערעדט סײַ ראָסקעס, סײַ ווײַס, ווײַל דאָרט איז אויפֿגעוואַקסן סוצקעווער, און דאָרט איז אויפֿגעקומען דער ייִוואָ. ס’איז כּדאַי אויך צו דערמאָנען, אַז מאַשע ראָסקעס, די מאַמע פֿון די ביידע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1906, און אַז דוד ראָסקעס האָט וועגן איר אַרויסגעגעבן אַ באַנד זכרונות „ייִדישלענדער‟ (Yiddishlands). נאָר ניט וועגן דער אייגענער משפּחה האָבן זיי איצט גערעדט, נאָר וועגן סוצקעווער, וואָס ווײַס טראַכט אָנצושרײַבן וועגן אים אַ ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיע.

אַ דאַנק סוצקעווער, איז רות ווײַס בכלל געוואָרן אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי זי האָט דערציילט אין אַן אַרטיקל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. ווען סוצקעווער איז געקומען פֿון ישׂראל קיין מאָנטרעאָל אויף אַ וויזיט אין 1959, האָט ער זי געפֿרעגט וועגן אירע פּלענער פֿאַר אַ קאַריערע. הערנדיק, אַז זי וויל שטודירן די ענגלישע ליטעראַטור, האָט ער זי געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס ניט די ייִדישע ליטעראַטור?‟ ווײַס האָט זיך פֿאַרחידושט פֿון איר אייגענעם ענטפֿער: „וואָס זאָל איך לערנען —שלום־עליכען?‟ די באַליידיקונג און דער ביטול צו ייִדיש, וואָס זי האָט אַנטדעקט בײַ זיך, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־קולטורעלער סבֿיבֿה, מיט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן אין דער היים, האָט זי באַשלאָסן מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער אַרײַנצושיקן אַן אַפּליקאַציע צו שטודירן אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וואָס האָט דעמאָלט געהאַט די איינציקע ייִדיש־פּראָגראַם אין צפֿון־אַמעריקע.

ס׳איז צו פֿיל איבערצוגעבן אַלע פּרטים פֿון פּראָפֿ’ ווײַס לעקציע — דער ייִוואָ וועט מירצעשעם בקרובֿ אַרויפֿשטעלן דעם ווידעאָ אויף זײַן וועבזײַטל. דער עיקר איז געקומען צום סוף, ווען ווײַס האָט אַנאַליזירט דאָס באַקאַנטע ליד, וואָס סוצקעווער האָט אָנגעשריבן נעענטער צום סוף פֿון זײַן קאַריערע, „ווער וועט בלײַבן? וואָס וועט בלײַבן?‟ זי האָט פֿאַרבעטן די צוהערער צו טראַכטן אויף אַ קול און צו העלפֿן אויסטײַטשן דאָס ליד, אָבער מיר האָבן זיך קענטיק דערשראָקן פֿאַר דער דאָזיקער עקסיסטענציעלער פֿראַגע: קיינער פֿונעם עולם, פֿון די צענדליקער דאָקטאָראַנטן און פּראָפֿעסאָרן, האָט זיך ניט דערוועגט צו געבן אַן ענטפֿער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז סוצקעווערס ענטפֿער צום סוף, „גאָט וועט בלײַבן‟, באַפֿרידיקט ניט אונדזערע סקעפּטיקער און העלפֿט ניט צו פֿיל אין שײַכות מיט דער פֿראַגע, וואָס שטייט אויבנאָן כּסדר בײַ אַלע ייִדישיסטישע באַגעגענישן: דער קיום פֿון ייִדיש. הײַנט, עטלעכע יאָר נאָך סוצקעווערס פּטירה, קענען מיר שטעלן די פֿראַגע אַ ביסל אַנדערש, שוין אין דער איצטיקער צײַט: ווער איז געבליבן? וואָס איז געבליבן? נו, מיכל און מילי באַראַן זײַנען געבליבן, זיי צו לענגערע יאָר. דער ייִוואָ און דער „פֿאָרווערטס‟ זײַנען געבליבן, כאָטש אין אַן אַנדער פֿאָרעם. דער ייִדיש־לימוד אין קאָלאָמביע און אין אַנדערע אוניווערסיטעטן איז געבליבן. אָבער אַרום און אַרום, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס ס׳איז געווען אין ווילנע, אָדער אַפֿילו אין ישׂראל, ווען סוצקעווער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד, איז ניט געבליבן קיין סך. מע קען זאָגן מיט אים, אַז געבליבן איז „אַ ווינט‟, אָדער „די בלינדקייט פֿונעם בלינדן, וואָס פֿאַרשווינדט‟. ס׳איז געבליבן „אַ שנירל שוים‟, „אַ סימן פֿונעם ים‟, וואָס ייִדיש איז פֿריִער געווען. אפֿשר איז אויך געבליבן גאָט — נאָר דערווײַל גיט ער ניט קיין געלט, כּדי אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור.

אָבער צו דעם אַלעמען, אַזוי ווי די לעקציע האָט געוויזן, איז נאָך געבליבן אַ ברייטער אינטערעס צו ייִדיש בײַם הײַנטיקן דור, און אַפֿילו אַ פֿרישע כוואַליע ייִדישיזם בײַ די יונגע „יוגנטרופֿניקעס‟. בײַם הײַנטיקן טאָג, ווען ס׳איז געבליבן אַזוי ווייניק, דאַרף מען אפֿשר אָנהייבן פֿרעגן מער אָפּטימיסטיש: וואָס וועט אויפֿקומען?