בערך 30 לענדער האָבן זונטיק געפּראַוועט דעם 15טן אייראָפּעיִשן טאָג פֿון דער ייִדישער קולטור, און מע האָט בײַ דער געלעגנהייט ווידער געעפֿנט דעם ייִדישן מוזיי אין בעלגיע, עטלעכע חדשים נאָך אַ טייטלעכער שיסערײַ דאָרט.
די הײַיאָריקע טעמע פֿונעם אייראָפּעיִשן טאָג איז געווידמעט דער ייִדישער פֿרוי. אין איטאַליע זענען פֿאָרגעקומען אויסשטעלונגען, לעקציעס, קאָנצערטן און טורן אין מער ווי 70 שטעט און שטעטלעך, אַרײַנגערעכנט גרויסע ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן אין רוים און מילאַן.
מער ווי 25 שפּאַנישע שטעט האָבן אויך אָרגאַניזירט פּראָגראַמען. אין באַרצעלאָנע האָט די שטאָט דורכגעפֿירט אַ ליטעראַרישע קאָנפֿערענץ מיט דער שרײַבערין און איבערזעצערין מוריה פֿערוס וועגן דער ראָלע פֿון דער פֿרוי אין דער ייִדישער קולטור — אַ טייל פֿון דער 5־טאָגיקער פּראָגראַם וועגן יודאַיִזם. די שטאָט קוענטאַ האָט דורכגעפֿירט אַ יריד פֿון ייִדישע מאכלים, כּדי צו באַווײַזן די קולינאַרע המצאָות פֿון דער ספֿרדישער באַלעבאָסטע.
אין אַ סך שטעט האָט מען געמאַכט קאָנצערטן פֿון לאַדינאָ־מוזיק, באַטאָנענדיק די לידער, וואָס זענען געשאַפֿן און געזונגען געוואָרן פֿון פֿרויען.
אין בריסל האָט מען בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם ייִדישן מוזיי אויפֿגעדעקט אַ טאָוול לזכּרון די פֿיר קרבנות פֿון דער שיסערײַ אין מײַ. מיט אַ טאָג פֿריִער האָט די שטאָט פֿאַרגרעסערט דעם יערלעכן בודזשעט פֿאַרן מוזיי, כּדי צו דעקן די הוצאָות פֿון פֿאַרשטאַרקן די זיכערהייט־מיטלען — פֿון $6,500 ביז $38,000.
אין בעלאַרוס האָט די דערציִונג־אָרגאַניזאַציע Limmud FSU בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין מינסק געמאָלדן, אַז די קומעדיקע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס וועט פֿאָרקומען אין מינסק, דערהייבן די משפּחה־געשיכטע פֿון דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיערין גאָלדע מאיר, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, אָבער אירע עלטערן זענען ביידע געווען פֿון פּינסק, בעלאַרוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.