וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — קאַטאַר איז געווען דאָס ערשטע פֿון די לענדער פֿונעם „פּערסישן גאָלף‟ אָנצוקניפּן באַציִונגען מיט ישׂראל; דאָס ערשטע צו פֿאַרבעטן די ישׂראלדיקע סטודענטן צו לערנען זיך דאָרט, און צו דערלויבן די ישׂראלדיקע אַטלעטן זיך צו באַטייליקן אין זײַנע ספּאָרט־מאַטשן.
הײַנט אָבער האַלט ישׂראל נישט קאַטאַר פֿאַר קיין פֿרײַנד, צוליב זײַן אָפֿענער נאָענטקייט מיט „כאַמאַס‟. אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט מען שוין אָנגעהויבן רופֿן צו איזאָלירן קאַטאַר צוליב זײַן שטיצן „כאַמאַס‟, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס קאַטאַר האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זיך באַמיט צו ווײַזן דער וועלט אַ פּראָ־מערבֿדיקן אימאַזש, דערלויבט אויסלענדישע אונעווערסיטעטן צו בויען קאַמפּוסן דאָרט, פֿינאַנצירט די גלאָבאַלע נײַעס־סוטאַנציע „אַל דזשאַזיראַ‟ און אָנגעהויבן צוגרייטונגען צו אָרגאַניזירן דאָרט דעם „וועלט־בעכער‟ פֿון יאָר 2022.
זינט „כאַמאַס‟ האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עזה אין 2007, האָט קאַטאַר איבערגעגעבן דער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן, און אויך באַזאָרגט דעם פֿירער פֿון „כאַמאַס‟, כאַלעד מאַשאַל, מיט אַ מקום־מיקלט.
פֿאַר וואָס אידענטיפֿיצירט זיך קאַטאַר בכלל מיט „כאַמאַס‟? כאָטש עס קלינגט פּאַראַדאָקסאַל, איז קאַטאַרס סטראַטעגיע ענלעך צו זײַן סטראַטעגיע בײַם עטאַבלירן באַציִונגען מיט ישׂראל אין די 1990ער, זאָגט לאָרי פּלאָטקין באָגהאַרט, אַ מיטדלידין פֿון דעם אידעען־צענטער „וואַשינגטאָן אינסטיטוט פֿאַר דער פּאָליטיק אינעם נאָענטן מיזרח‟.
„קאַטאַרס צוגאַנג איז זיך צו חבֿרן מיט פֿיגורן און מדינות פֿון אַ ברייטער פּאָליטישער גאַמע,‟ האָט באָגהאַרט דערקלערט אין אַן אינטערוויו. „דערפֿאַר קען זי זײַן פֿרײַנדלעך מיט ישׂראל פֿון איין זײַט, און מיט ׳כאַמאַס׳, פֿון דער צווייטער. האַלט אין זינען, אַז קאַטאַר איז בלויז אַ קליין לענדל, וואָס געפֿינט זיך צווישן צוויי גרויסע, אָפֿט אומפֿרײַנדלעכע לענדער — סאַודיע און איראַן.
אַזוי ווי דער טערקישער פֿירער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן, זאָרגט זיך קאַטאַר וועגן דער נײַער פֿאַרשפּרייטונג פֿון די איסלאַמיסטישע גרופּעס אין מיטעלן מיזרח, און דערפֿאַר האָפֿט די קאַטאַר־רעגירונג, אַז זי וועט קענען שפּילן די הויפּט־ראָלע אינעם ראַיאָן.
דזשאָנאַטאָן שאַנזער, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון פֿאָרשונג אין דער „פֿונדאַציע צו באַשיצן די דעמאָקראַטיעס‟, זאָגט אָבער, אַז קאַטאַרס שטיצע פֿון די איסלאַמיסטן איז געווען אַ גרויסער טעות. פֿאַראַיאָרן האָט קאַטאַר געשטיצט די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ אין עגיפּטן, וואָס איז דערנאָך שפּעטער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער רעגירונג, און האָט אויך געשטיצט די סוניטישע אויפֿשטענדלער קעגן באַשאַר אַסאַד אין סיריע, אַרײַנגערעכנט די עקסטרעמיסטן וואָס געהערן צו ISIS, וואָס רופֿן הײַנט אַרויס אַזאַ גרויל איבער דער וועלט צוליב זייערע אַכזריותדיקע אַקציעס.
„קאַטאַר איז ווי דער שיכּור אין אַ קאַסינאָ, וואָס מאַכט איין שלעכטן געוועט נאָך אַ צווייטן,‟ האָט שאַנזער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.