די פֿראַנצויזישע פֿירמע IFOP, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט באַפֿעלקערונג־ אויספֿרעגן, האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון פֿאָרשונגען, דורכגעפֿירט במשך פֿון מער ווי 10 יאָר, וועלכע ווײַזן אָן, אַז בעת די לעצטע פּרעזידענט־וואַלן אין פֿראַנקרײַך איז שטאַרק געשטיגן דער פּראָצענט פֿון די ייִדישע וויילער, וואָס האָבן אָפּגעשטימט פֿאַרן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟.
דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן צווישן 1,095 פֿראַנצויזישע בירגער, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר ייִדן. 13.5 פּראָצענט פֿון זיי האָבן איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2012 האָבן זיי אָפּגעשטימט פֿאַר מאַרין לע־פּען, די אָנפֿירערין פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟. אין די יאָר 2002 און 2007 האָבן בלויז 6.1 און 4.3 פּראָצענט ייִדן געשטיצט דעם דעמאָלטיקן קאַנדידאַט פֿון דער דאָזיקער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי — זשאַן־מאַרי לע־פּען, דער טאַטע פֿון דער הײַנטיקער פֿירערין; נישט איינמאָל איז ער באַשולדיקט געוואָרן אינעם פֿאַרשפּרייטן ראַסיסטישע שׂינאה און אָפּלייקענען דעם חורבן.
זײַן טאָכטער האָט געפּרוּווט צו פֿאַרבעסערן די רעפּוטאַציע פֿון דער פּאַרטיי. ווען איר טאַטע האָט פֿאָרגעלייגט אַרײַנצוּוואָרפֿן אַ ייִדישן זינגער „אין אַן אויוון‟, האָט זי זיך צעקריגט מיט אים צוליב זײַנע רייד אין דער מעדיאַ. די הײַנטיקע פֿירערין שטעלט דעם אַקצענט אויף דער קריטיק פֿון דער פֿראַנצויזישער רעגירונג, וועלכע טוט צו ווייניק, לויט איר, קעגן דער „איסלאַמיזאַציע‟ פֿונעם לאַנד.
פֿרײַטיק, דעם 5טן סעפּטעמבער, האָט ניקאָלאַ בײַ, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟, באַשולדיקט די רעגירונג אינעם אַרײַנלאָזן צופֿיל אימיגראַנטן, און באַמערקט, אַז צוליב דעם איז די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענט אינעם לאַנד געשטיגן אין די ערשטע זיבן חדשים פֿונעם איצטיקן יאָר אויף 91 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיטן זעלבן פּעריאָד פֿון 2013. אַ סך ייִדישע וויילער זענען פֿאַרזאָרגט וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם צווישן די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע גרופּעס; ס׳רובֿ אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין פֿראַנקרײַך האָבן צו טאָן מיט די מוסולמענער.
לויט דעם באַריכט, האָבן מער ווי 45 פּראָצענט ייִדן אָפּגעשטימט פֿאַרן געוועזענעם פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי, וועלכער רעפּרעזענטירט דעם צענטריסטישן „פֿאַרבאַנד פֿאַר אַ פּאָפּולערער באַוועגונג‟ (UMP). אינעם יאָר 2007 איז דער פּראָצענט פֿון סאַרקאָזיס ייִדישע שטיצער געווען דער זעלבער. דער דאָזיקער פּאָליטישער טוער איז אַ סך פּאָפּולערער צווישן די ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.