הגם איך בין שוין אַן אַלטער בריטישער תּושבֿ, האָב איך נאָר איין מאָל, מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, באַזוכט שאָטלאַנד, פֿאַרבראַכט דאָרטן עטלעכע טעג. מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט זייער אַ שיינע לאַנדשאַפֿט, גאָר ניט־אינטערעסאַנטע קליינע ייִשובֿים, און צוויי גרויסע שטעט — עדינבורג, וואָס איז באמת אַ פּרעכטיק אָרט, און גלאַזגאָ, וואָס איז מיר לחלוטין ניט געפֿעלן געוואָרן. די שאָטלענדער האָבן דעם שם — לויט מײַן דערפֿאַרונג אַ באַרעכטיקטן — פֿון סימפּאַטישע, אָפֿענע מענטשן. איך וועל דאָ זיך ניט אַרײַנלאָזן אין כּלערליי אייגנאַרטיקייטן פֿון שאָטישן לעבן — למשל, זייער משקה, זייער אופֿן פֿון רעדן ענגליש און, פֿאַרשטייט זיך, די געקעסטלטע קליידלעך, וועלכע די מאַנצבילן טראָגן, בדרך-כּלל ריטועל, אויף יום-טובֿים.
פּאָליטיש איז שאָטלאַנד אויך גאַנץ אַנדערש, ניט אַזאַ ווי ענגלאַנד. די שאָטלענדער זײַנען דורכשניטלעך לינקער געשטימט. די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי, די „טאָריס‟, וואָס איז דער דאָמינירנדיקער כּוח אין דער הײַנטיקער בריטישער רעגירונג, האָבן דאָרטן זייער ווייניק אָנהענגערס. דערצו באַציִען זיך די שאָטלענדער גאַנץ גוט צו דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, בעת אין ענגלאַנד איז ברייט פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז דאָס לאַנד וואָלט געלעבט בעסער מחוץ דער פֿאַראייניקונג.
אָט-אָט, דעם 18טן סעפּטעמבער, וועלן מיר זיך דערוויסן, וואָס עס האָט פֿאַר ס׳רובֿ שאָטלענדער אַ גרעסערע ווערדע: זייער מאַטעריעל וווילזײַן אָדער זייער דאָרשט צו האָבן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. אַ קלאָרן ענטפֿער אויף דעם — „פֿאַר‟ אָדער „קעגן‟ אומאָפּהענגיקייט — מוז געבן דער רעפֿערענדום, בשעת וועלכן די תּושבֿים פֿון שאָטלאַנד — דאָס הייסט, סײַ „עכטע שאָטלענדער‟, סײַ אַנדערע שטענדיקע אײַנוווינער פֿון שאָטלאַנד — קענען אַרויסזאָגן זייער מיינונג מכּוח דעם פּלאַן פֿון צעברעקלען דאָס דרײַ-יאָרהונדערט-לאַנגע שותּפֿות מיט לאָנדאָן.
וואָס שייך דעם וווילזײַן, האָט, דאַכט זיך, כּמעט קיינער קיין ספֿקות ניט, אַז פֿאַר אומאָפּהענגיקייט וועט מען מוזן צאָל אַ פּרײַז. ווי טײַער וועט עס אָפּקאָסטן, פֿאַרשטייט משמעות דערווײַל קיינער ניט. מע זאָגט אַרויס פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן דער צוקופֿט פֿונעם בריטישן פֿונט אין שאָטלאַנד. אייניקע טענהן, אַז מע קען זיך אָפּטיילן אָן אײַנפֿירן אייגענע געלט. אַנדערע זײַנען זיכער, אַז אַזאַ זאַך איז אוממעגלעך. דער צד פֿון קעגנער פֿון אומאָפּהענגיקייט סטראַשעט, אַז מע דאַרף זיך ריכטן אויף זייער ערנסטע צי אַפֿילו ממש קאַטאַסטראָפֿאַלע שוועריקייטן. אָבער זייער צד-שׂכּנגד לאַכט זיך אויס פֿון אָט די אַזהרות און זאָגן צו גילדענע בערג — אפֿשר ניט גלײַך, ניט אין די ערשטע טעג נאָך דעם גט, אָבער מע גלייבט, אַז אַלץ וועט זיך אויססדרן אין אַ קורצער צײַט אַרום.
דער פּראָצעס פֿון באַקומען — אָדער פּרוּוון צו באַקומען — אַ גט גייט זייער ציוויליזירט. אַזוי זעט עס אויס לכל-הפּחות אין ענגלאַנד. ביז לעצטנס איז עס אַפֿילו ניט געווען די צענטראַלע טעמע פֿאַר דער בריטישער מעדיאַ. זינט 1999 האָט שוין שאָטלאַנד אַ היפּשע אויטאָנאָמיע, מיט אַן אייגענעם פּאַרלאַמענט. אין שאָטלאַנד האָט מען באַזונדערע געזעצן, וועלכע רעגולירן אויף אַן אייגענעם אופֿן אַ סך זײַטן פֿון היגן לעבן — פֿון קויפֿן אַ הויז ביז לערנען זיך אין אוניווערסיטעט. בעת אין ענגלאַנד מוזן סטודענטן צאָלן אַ שׂכר-לימוד, זײַנען די שאָטלענדישע יונגע לײַט אין גאַנצן באַפֿרײַט פֿון אַזעלכע הוצאות. די בריטישע מלוכה-טוער זאָגן צו די שאָטלענדער נאָך מער אויטאָנאָמיע, נאָך מער מעגלעכקייטן צו פֿירן אַן אייגענע באַלעבאַטישקייט — אַבי מע זאָל ניט אין גאַנצן צערײַסן די פֿאַרבינדונגען.
די אויספֿרעגן, וואָס איך לייען בײַם שרײַבן דעם אַרטיקל, ווײַזן, אַז צאָליק שטײַגן איבער, פֿון דעסטוועגן, די קעגנערס פֿון אומאָפּהענגיקייט. דאָס מיינט, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם וועט זיך, אַ פּנים (כאָטש ווער קען זײַן אַ נבֿיא?), פֿאַרענדיקן אָן בײַטן די מלוכישע גרענעצן. ווי עס מאַכט זיך אָפֿט אין אַזעלכע פֿאַלן, וועט דער סך-הכּל שטאַרק אָפּהענגען פֿון דעם שיכט שאָטלענדער, וועלכע האָבן דערווײַל נאָך אַלץ ניט באַשלאָסן צו וואָסערן צד זיי וועלן זיך צושאַרן.
דער רעפֿערענדום אין שאָטלאַנד וועט, בלי-ספֿק, האָבן אַן אָפּקלאַנג אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער וועלט. טאָמער די שאָטלענדער וועלן, ניט געקוקט אויף אַלע פּראָגנאָזן, באַשליסן צו בײַטן די מאַפּע פֿון גרויס-בריטאַניע, וועט די דאָזיקע שינוי צוגעבן קוראַזש אויך, אַ שטייגער, אין שפּאַניע, וווּ די קאַטאַלאָנישע געגנט וויל שוין לאַנג באַקומען אַ באַזונדערע מלוכהשאַפֿט. און אין דעם לאַנד פֿון באַסקן קוקט מען זיך אויך צו צו דעם שאָטלענדישן רעפֿערענדום. זײַן רעזולטאַט וועט מען גאָר ניט גלײַכגילטיק באַטראַכטן אין קאַנאַדע, טערקײַ, איראַק און אַנדערע לענדער.
אַזוי צי אַזוי, אָבער אין גרויס-בריטאַניע קען דער עולם — סײַ די שאָטלענדער, סײַ די איבעריקע — זיך גרייסן מיט דעם עצם דעמאָקראַטישן פּראָצעס פֿון קומען צו אַ באַשלוס וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מלוכה. עס שאַפֿט אַ געוואַלדיקן קאָנטראַסט מיטן האַנדלען פֿון ענלעכע ענינים אין אַ סך ערטער, בפֿרט אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.