אַ שׂריפֿה, וואָס איז אויסגעבראָכן אין אַ שיל לעבן בריסל, איז, אַ פּנים, בכּיוון אונטערגעצונדן געוואָרן, האָט דינסטיק געמאָלדן אַ בעלגישע וואַך־אָרגאַניזאַציע.
דרײַ מענטשן האָבן געליטן פֿונעם אײַנאָטעמען דעם רויך אין דער שיל אויף דער קליניק־גאַס אין אַנדערלעכט, אַ מוניציפּאַליטעט אינעם בריסלער ראַיאָן, האָט איבערגעגעבן די „בעלגישע ליגע קעגן אַנטיסעמיטיזם‟ (LBCA) אין אַ שריפֿטלעכער דערקלערונג. לויטן באַריכט, האָבן אומבאַקאַנטע יחידים אונטערגעצונדן די שיל אין פֿיר ערטער, כּדי די שׂריפֿה זאָל זיך גיך פֿאַרשפּרייטן.
דער פּרעזידענט פֿון דער LBCA, דזשאָעל רובינפֿעלד, האָט געשריבן, אַז די בעלגישע פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז די שׂריפֿה איז געווען ווי אַ רעזולטאַט פֿון פֿאַרברעכערישע אַקטיוויטעטן.
בעת אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער בריסלער פּראָקוראַטור באַטאָנט, אַז די שׂריפֿה האָט מען בכּיוון אָנגעצונדן, אָבער צוגעגעבן: „דערווײַל זעען מיר נישט קיין סימנים, אַז דאָס איז געווען אַ טעראָריסטישער אַטאַק.‟
מיט צוויי טעג פֿריִער, איז פֿאָרגעקומען אַן אַנטיסעמיטישער אינצידענט בײַם „נאַציאָנאַלן דענקמאָל פֿאַר די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן אין בעלגיע‟ — אויך אין אַנדערלעכט. געוויסע פּאַרשוינען האָבן געוואָרפֿן שטיינער און אַ פֿלאַש אויפֿן מאָנומענט, בעת עס זענען געשטאַנען דערבײַ עטלעכע טוץ מענטשן, וועלכע האָבן באַזוכט דעם דענקמאָל ווי אַ טייל פֿונעם „אייראָפּעיִשן טאָג פֿון דער ייִדישער קולטור‟, האָט באַטאָנט די LBCA.
זונטיק, בעת דער ווידער־עפֿענונג פֿונעם „ייִדישן בעלגישן מוזיי‟ אין בריסל, האָט דער בעלגישער פּרעמיער, עליאָ די רופּאָ, דערקלערט, אַז די רעגירונג וועט פֿאַרזיכערן, אַז די דורכפֿירער פֿון אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס זאָלן באַשטראָפֿט ווערן. דער מוזיי איז געהאַט געווען געשלאָסן זינט דעם 24סטן מײַ, ווען אַ שיסערײַ דאָרט האָט אומגעבראַכט פֿיר מענטשן.
„דער וווּקס פֿון אַנטיסעמיטישע אַקציעס אין בעלגיע במשך פֿון די לעצטע חדשים ווײַזט אונדז ווי וויכטיק עס איז, אַז דער קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם זאָל ווערן אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער פּאָליטיק מצד דער רעגירונג,‟ האָט רובינפֿעלד דערקלערט. „ס׳רעדט זיך דאָ ממש וועגן דעם כּבֿוד, און אַפֿילו דער צוקונפֿט, פֿון אונדזער לאַנד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.