אַ לעבן־לאַנג האָב איך אַן אינטערעס צו דער מעדיצין בכלל און צום „פֿאָלקס־געזונט‟ (Public-Health) בפֿרט, צום טייל, צוליב מײַן הינטערגרונט און משפּחה־געשיכטע. בקיצור, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, בין איך, צוליב די שווערע קראַנקייטן, וואָס האָבן שיִער ניט יונגערהייט אומגעבראַכט ביידע פֿון מײַנע באָבעס , אַ פּועל־יוצא פֿון אַ נס.
ערשטנס, איז געווען מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד, וואָס איז געבוירן געוואָרן אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟ אין די 1920ער יאָרן. צו ווייניקער ווי איין יאָר איז זי געוואָרן מסוכּן קראַנק אויף די לונגען. אירע עלטערן, אָרעמע אימיגראַנטן, האָבן זי געבראַכט אין אַ שפּיטאָל, וווּ די דאָקטוירים האָבן זיי געלאָזט וויסן, אַז זי לײַדט סײַ פֿון דיפֿטעריט (Diptheria) און סײַ פֿון קײַכהוסט (Whooping Cough). בלויז איינע פֿון די דאָזיקע קראַנקייטן איז דעמאָלט גענוג געווען אומצוברענגען אַ מענטשן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביידע קרענק מיט אַ מאָל. האָבן די דאָקטוירים געזאָגט, אַז זי וועט אין גיכן שטאַרבן, ווײַל ס׳זענען ניטאָ קיין שום הייל־מיטלען, וואָס וואָלטן איר געקענט העלפֿן. האָט מען זי פּשוט אַהיימגעשיקט און געזאָגט די פֿאַרווייטיקטע עלטערן, צו גרייטן פֿאַר איר אַ לוויה.
צוליב דעם, וואָס די מאָדערנע מעדיצין האָט פֿאַר זיי ניט געהאַט קיין ענטפֿערס, האָבן מײַנע עלטערע באָבע־זיידע געלייגט די האָפֿענונג אויף מער טראַדיציאָנעלע סגולות: מע האָט געביטן דער באָבעס נאָמען און זי פֿאַרקויפֿט אַ שכנטע, כּדי דער מלאך־המוות זאָל זי חלילה ניט קענען געפֿינען. און וווּנדער איבער וווּנדער; זי איז נאָך אַ פּאָר וואָכן ראַנגלענישן געקומען צו זיך און מיט אַ חודש שפּעטער האָבן די עלטערן זי צוריקגענומען, שוין אַ געזונט מיידעלע מיט אַן אַנדער נאָמען.
מיטן פֿאָטערס מאַמע איז די קרענק געווען אויך זייער אַ געפֿערלעכע: פּאָליאָ. צו יענער צײַט, אין די 1920ער יאָרן, איז פּאָליאָ געווען די אָנשטעקיקע קראַנקייט, וואָס האָט אומגעבראַכט מער אַמעריקאַנער קינדער ווי אַלע אַנדערע אין לאַנד. פֿון 1910 ביז די 1950ער יאָרן זענען יעדעס יאָר געשטאָרבן, צום ווייניקסטן, בײַ די 2,000 מענטשן פֿון פּאָליאָ; און אַ סך פֿון די וואָס זענען ניט געשטאָרבן זענען פּאַראַלאַזירט געוואָרן, און נאָך צענדליקער טויזנטער האָבן זיך געדאַרפֿט לעבנס־לאַנג באַנוצן זיך מיט שטעקנס אָדער רעדל־שטולן, צוליב דעם וואָס דער ווירוס האָט בײַ זיי פֿאַרקרימט די פֿיס.
די באָבע אַליין האָט ממש אויסגעגאַנגען פֿונעם ווירוס, און לאַנג ניט געקענט פֿאַרלאָזן איר קראַנקנבעט. כאָטש זי האָט זיך שפּעטער אין לעבן ניט געדאַרפֿט באַנוצן מיט קיין רעדלשטול, איז איין פֿוס בײַ איר געווען אַ סך קורצער ווי דער אַנדערער. פֿון דעסטוועגן, האָט זי זיך געהאַלטן פֿאַר אַ מזלדיקע: צוויי פֿון די קינדער אין איר קלאַס, וואָס זענען קראַנק געוואָרן אין דער זעלביקער צײַט, זענען געשטאָרבן.
ווי מע קען גרינג פֿאַרשטיין האָט מײַן באָבע שטאַרק מורא געהאַט, אַז אירע קינדער וועלן, חלילה, לײַדן פֿון פּאָליאָ; און איר זאָרג איז ניט געווען אומזיסט. אין 1952, ווען מײַן פֿאָטער איז געבוירן געוואָרן, האָט אַמעריקע אַדורכגעלעבט איר סאַמע ערגסטע פּאָליאָ־עפּידעמיע: 57,628 מענטשן זענען אָנגעשטעקט געוואָרן און 21,000 זענען פּאַראַליזירט געוואָרן. איבערן גאַנצן לאַנד האָט מען געהאַלטן אין איין פֿאַרמאַכן די שולן און אָפּשאַפֿן ספּאָרט־פֿאַרמעסטן און פּאַראַדן, כּדי אײַנצוהאַלטן די מגפֿה.
בלויז דרײַ יאָר שפּעטער האָט דער קאָשמאַר זיך פּלוצלעם געענדיקט, אַ דאַנק דעם וואַקצין פֿון יונה סאַלק. במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן איז יעדעס אַמעריקאַנער קינד וואַקצינירט געוואָרן, און אין 1979 האָט מען אָפֿיציעל דערקלערט דאָס לאַנד אין גאַנצן פֿרײַ פֿון פּאָליאָ.
איך דערמאָן די געשיכטע פֿון מײַנע באָבעס, ווײַל אַ דאַנק דעם, וואָס איך בין וואַקצינירט געוואָרן, וועל איך כּמעט זיכער קיינמאָל ניט לײַדן פֿון די דרײַ אויבנדערמאָנטע קראַנקייטן. אויך אַ דאַנק די מאָדערנע וואַקצינאַציעס, וועל איך ניט ווערן אָנגעשטעקט מיט אַזעלכע געפֿערלעכע קראַנקייטן ווי העפּאַטיט „אַ‟ אָדער „ב‟, מאָזלען (Measles), מומס (Mumps), קושוליע (Rubella), און געלפֿיבער, וואָס פֿלעגן אומברענגען טויזנטער מענטשן יעדעס יאָר.
ס׳ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז אַ וואַקסנדיקע צאָל אַמעריקאַנער קינדער וועלן ניט האָבן דאָס זעלביקע מזל ווי איך. אַ סך אַמעריקאַנער עלטערן באַשליסן איצט אויסצומײַדן די וואַקצינען פֿאַר זייערע קינדער, אויס מורא, אַז די וואַקצינען קענען שאַטן זייער געזונט. די אַנטי־וואַקצין באַוועגונג איז אַן אַלטע, אָבער בלויז אין די לעצטע 20 יאָר, האָט זי אָנגעהויבן ווערן אַ הויפּט־שטראָמיקע באַוועגונג, פּאָפּולעריזירט דורך פֿאַרשידענע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, ווי אויך רעליגיעזע פֿיגורן.
די מענטשן, וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער קען מען צעטיילן אויף צוויי קאַטאַגאָריעס. די ערשטע קאַטאַגאָריע באַשטייט פֿון די, וואָס האַלטן, אַז די וואַקצינען פֿאַרמײַדן יאָ פֿאַרשידענע קראַנקייטן, אָבער, אַז די ריזיקעס פֿון די וואַקצינען אַליין זענען ערגער ווי די קראַנקייטן, וואָס זיי פֿאַרהיטן. ס׳איז יאָ אמת, אַז די וואַקצינען טראָגן מיט זיך פֿאַרשידענע ריזיקעס און ס׳איז אמת, אַז געוויסע מענטשן ווערן אַ מאָל געשעדיקט פֿון וואַקצינען. אָבער די צאָל איז זייער אַ קליינע און די ריזיקע איז פֿיל קלענער, ווי דער געפֿאַר פֿון די ווירוסן אַליין.
מיט אַזעלכע מענטשן איז מיר (און אויך אַ סך פֿאַרשערס) קלאָר, אַז די פּראָבלעם באַשטייט, צום טייל, אין דעם, וואָס זיי האָבן ניט קיין מורא פֿאַר די קראַנקייטן, קעגן וועלכע די וואַקצינען פֿאַרהיטן, ווײַל זיי האָבן די דאָזיקע קראַנקייטן קיינמאָל אַליין ניט געזען. דאָס הייסט, אַז די וואַקצינען זענען געווען אַזוי דערפֿאָלגרײַך, אַז מע האָט פֿאַרגעסן אַפֿילו, פֿאַר וואָס מע דאַרף זיך באַנוצן מיט זיי.
די צווייטע קאַטאַגאָריע מענטשן, וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער, באַשטייט פֿון די, וואָס לייקענען אָפּ בכלל, אַז די וואַקצינען זענען עפֿעקטיוו. אַזעלכע עכטע וואַקצין־אָפּלייקענער זענען קלענער אין צאָל ווי די אין דער ערשטער קאַטעגאָריע, אָבער ווערן מער און מער פּראָמינענט מיט יעדן יאָר.
לעצטנס, האָט זיך געשאַפֿן אַ סקאַנדאַל אויף דער ייִדישער גאַס, ווען דער בכּבֿודיקער רבֿ שמואל קאַמענעצקי, דער גרינדער און ראָש־ישיבֿה פֿון דער „פֿילאַדעלפֿיער תּלמודישער אַקאַדעמיע‟, וואָס דינט אויך אויף דער „מועצת גדולי התּורה‟ פֿון דער אַמעריקאַנער „אַגודת ישׂראל‟, האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דער „באַלטימאָר דזשויִש טײַמס‟, אַז „די וואַקצינען, און ניט די קראַנקייטן, זענען די פּראָבלעם. ס׳איז בכלל אַ שווינדל. אַפֿילו דער ׳סאַלק־וואַקצין׳ (קעגן פּאָליאָ) איז אַ שווינדל. ס׳איז סתּם אַ גרויס געשעפֿט‟.
כּדי צו שטיצן זײַן מיינונג, האָט הרבֿ קאַמענעצקי דערקלערט דער „דזשויִש טײַמס‟, אַז ער פֿאָלגט די שיטה פֿונעם אָנפֿירנדיקן ליטווישן פּוסק חיים קאַניעווסקי, וואָס דינט אויף דער „מועצת גדולי התּורה‟ פֿון „דגל התּורה‟ אין ישׂראל. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז הרבֿ קאַניעווסקי דינט אויך ווי דער רבֿ און רעליגיעזער וועגווײַזער פֿאַר אַ וויכטיקער אָרגאַניזאַציע, „בלבֿ אחד‟, וואָס היט אָפּ דאָס וווילזײַן און געזונט פֿון קראַנקע קינדער אין דער חרדישער סבֿיבֿה אין מדינת־ישׂראל.
ס׳איז שווער צו וויסן, ווי פֿאַרשפּרייט עס איז אַזאַ צוגאַנג צו וואַקצינען אין דער חרדישער וועלט. איך קען פּערזענלעך אַ פּאָר חסידישע עלטערן, וואָס האַלטן דווקא גאַנץ שטאַרק פֿון וואַקצינען. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די צוויי וויכטיקע ליטווישע רבנים זענען ווײַט ניט די איינציקע, וואָס האַלטן ניט פֿון וואַקצינען. אין 2010 האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ ריזיקער אויסבראָך פֿון מומס אין וויליאַמסבורג, מאָנסי, באָראָ־פּאָרק און לייקוווּד, ניו־דזשערזי, אין וועלכן כּמעט 2,000 מענטשן, ס׳רובֿ קינדער, זענען אָנגעשטעקט געוואָרן. אין די לעצטע 6 יאָר זענען צוויי ריזיקע אויסבראָכן פֿון מאָזלען אויך פֿאָרגעקומען אין די זעלביקע געגנטן.
וויכטיק צו דערקלערן, אַז צווישן די געליטענע אין אַלע חרדישע אויסבראָכן זענען געווען קינדער, וואָס זענען דווקא וואַקצינירט געוואָרן. געוויסע וואַקצינען, צווישן זיי דער וואַקצין קעגן מומס, זענען בלויז 85% ביז 90% פּראָצענט עפֿעקטיוו. אַז מע וואַקצינירט אַ גאַנצע קהילה איז כּמעט ניט פֿאַראַן קיין שאַנס, אַז עמעצער זאָל קראַנק ווערן אויף דער קראַנקייט, קעגן וועלכער מע האָט וואַקצינירט. אָבער אַז בלויז, למשל, 60% פֿון אַ גאַנצער באַפֿעלקערונג איז וואַקצינירט געוואָרן, האָט יעדער איינער אין דער קהילה, אַפֿילו די וואָס זענען וואַקצינירט געוואָרן, אַ גרעסערן שאַנס אָנגעשטעקט צו ווערן צוליב די אומוואַקצינירטע צווישן זיי.
דער דאָזיקער עפֿעקט, וואָס מע רופֿט די „סטאַדע־אימוניטעט‟ (herd immunity), איז אַן עיקר־פּרינציפּ פֿון דעם פֿאָלקס־געזונט. מע רעכנט, אַז כּדי אַ גאַנצע באַפֿעלקערונג זאָל אָפּגעהיט ווערן פֿון אַ געוויסער קראַנקייט, מוז צום ווייניקסטנס 75% ביז 95% פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַן וואַקצינירט קעגן איר (דער פּראָצענט ווענדט זיך פֿונעם ספּעציפֿישן ווירוס). אַז איין קינד אין אַ גאַנצן דאָרף איז ניט וואַקצינירט געוואָרן, איז כּמעט ניט קיין ריזיקע פֿאַר קיינעם, אַחוץ אים. אויב ס׳טרעפֿט זיך, אָבער, אַז בלויז 60% פֿון די קינדער אין אַ שול אָדער ישיבֿה זענען וואַקצינירט געוואָרן, קען זיך אין גיכן פֿאַרשפּרייטן אַן עפּידעמיע צווישן אַלע קינדער, אויב איינער ווערט קראַנק. אַזוי איז געשען אין 2010 מיט מומס בײַ די אַמעריקאַנער חרדים. הייסט עס, אַז דאָס ניט וואַקצינירן אַ קינד, שטעלט אין געפֿאַר ניט בלויז דאָס קינד אַליין, נאָר, אויב גענוג מענטשן וואַקצינירן ניט זייערע קינדער, די גאַנצע קהילה. ווען מע רעכנט אַרײַן וויפֿל קינדער זענען, קיין־עין־הרע דאָ אויף דער חרדישער גאַס, ווערט די געפֿאַר גרעסער.
לויטן פּרינציפּ פֿון פּיקוח־נפֿש האַלט די ייִדישע הלכה, אַז כּמעט אַלע מיצוות קען מען איגנאָרירן, כּדי צו ראַטעווען אַ מענטשלעך לעבן. אין דעם פֿאַל, זאָל יעדער איינער, צוליב פּיקוח־נפֿש, ניט פֿאָלגן דער עצה פֿון אַזעלכע רבנים ווי הרבֿ קאַמענעצקי, וואָס פּריידיקן קעגן וואַקצינען. ס׳קען ראַטעווען ניט בלויז דאָס לעבן פֿון אײַער קינד, נאָר פֿון יעדן איינעם, מיט וועמען ער קומט אין קאָנטאַקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.