איסלאַמיסטן קומען צו דער מסיבה

Islamists Join the Kumzits


פֿון עמיל קאַלין

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

אונדזערע חכמים זאָגן: „על כרחך אתה חי‟, לעבן מוז מען, און אַז מע לעבט, מאַכט זיך אַזוי, אַז מע מאַכט מסיבות; און אַז מע מאַכט מסיבות, לאַדט מען קודם־כּל אײַן דעם בעסטן חבֿר. איז עס בפֿירוש „על כורחך אתה הולך‟.

יענעם טאָג האָב איך געהאַט זייער ווייניק חשק זיך אַרויסצושאַרן פֿון דער היים, און נאָך ווייניקער כּוח צו גיין אויף דעם „חנוכּת-הבית‟ פֿון דער דירה, וווּ מײַן חבֿר וווינט מיט זײַן נײַער חבֿרטע, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר זענען שכנים, און גיין אויף דער מסיבה וואָלט בײַ מיר גענומען נישט מער ווי פֿינף מינוט. זײַנע מסיבות, ווי כ׳האָב שוין געוווּסט פֿון פֿריִער, זאָגן צו ווייניק גליקן און איין גרויסן גענעץ.

אויפֿן וועג צו אים האָב איך זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון, אַז ס’רובֿ אײַנגעלאַדענע קען איך שוין, אַמווייניקסטן, נײַן יאָר, זינט דעם ערשטן קורס אין אוניווערסיטעט; דאָס הייסט, די פּנימער זייערע זענען מיר באַקאַנט, נאָר דערמיט ענדיקט זיך אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. שטענדיק, אַז איך געפֿין זיך אין זייער קאָמפּאַניע, ווערן מײַנע אויגן-לעפּלעך שווער, זייערע רייד גיסן זיך צונויף אין אַ זשום און איך פֿיל, ווי אַ מינע, וואָס איז אַ געמיש פֿון לאַנגווײַל און גלײַכגילט, לייגט זיך אויף מײַן פּנים. זייערע פּנימער זעען אויס אויך פֿאַרשטיינערט פֿון לאַנגווײַל.

דער בנין, וווּ מײַן חבֿר האָט זיך אַרײַנגעצויגן מיט זײַן נײַער חבֿרטע, איז אַ פֿאַרנאַכלעסיקטער ברוילעך-גרוילעכער באַן-בנין. אַזוינע, לענגלעכע, דרײַ־שטאָקיקע בנינים האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד אין די פֿופֿציקער יאָרן, ווען באַשיידנקייט האָט באַשטימט דעם טאָן. דער בנין האָט אויסגעזען, ווי קיינער וואָלט זיך נישט צוגערירט צו אים זינט מ׳האָט אים אויפֿגעבויט. ס‘איינציקע וואָס האָט זיך געביטן איז דאָס דירה-געלט, וואָס שטײַגט שיִער נישט יעדעס יאָר.

דער נומער פֿון דעם חבֿרס דירה איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון מײַן קאָפּ, אָבער איך האָב נישט געהאַט קיין ספּעציעלע פּראָבלעמען צו געפֿינען דעם וועג: איך האָב געפֿאָלגט נאָך דעם רעש פֿון הויכן מענערישן געלעכטער, דעם געקלאַנג פֿון ביר־פֿלעשלעך און הויכע רייד. די טיר איז געווען אָפֿן. אויף דער שוועל האָב איך געטראָפֿן מײַן חבֿר. דער בעל-שׂימחה האָט געטראָגן אַ שוואַרץ היטל, וואָס האָט געזאָלט צוגעבן זײַן פּנים אַ פֿראַנצויזישן, קינסטלערישן „שיק‟.

אויפֿן לײַב האָט ער געטראָגן אַ רויט-פֿיאָלעט לײַבל, און זײַנע הויזן זענען געווען ברייט און צעקנייטשט, ווי ערשט אַרויסגעשלעפּט פֿון דער וואַש-מאַשין. ער האָט געשמייכלט צו מיר און דערלאַנגט אַ פֿלעשל ביר. איך בין אַרײַן אין דער דירה — אַ באַשיידענע, ווי דער גאַנצער בנין. איין פֿינצטערער שלאָף-צימער מיט אַן אוראַלטער גלעזערנער, דורכזיכטיקער טיר (די אַמאָליקע ישׂראלים האָבן נישט גענומען אין באַטראַכט, אַז מאַן-און-ווײַב ניצן די בעט נישט נאָר אויף צו שלאָפֿן), אַ שמאָלער באָד-צימער און אַן אַלקער, מײַן חבֿרס „ביוראָ‟, וווּ מע האָט אָרט אַרײַנצורוקן אַהין נישט מער ווי אַ טיש.

„אַ חנעוודיק אָרט‟ — האָב איך געזאָגט צו אים און זײַן חבֿרטע. זי האָט געשײַנט ווי אַ שטאָלצע בעל-הביתטע.

אין דעם סאַלאָן זענען געווען צוויי שווערע קאַנאַפּעס: איינע — אַ שוואַרצע און די צווייטע — אַ גרינע. אויך זיי האָט ער, אַפּנים, אָפּגעפֿונען אויף דער גאַס. לעבן זיי האָט מען אַוועקגעשטעלט אַלערליי בענקלעך פֿאַר די אורחים.

איך האָב זיך געפּאָרעט מיט אַ טעלערל פֿרוכטן, אַרײַנגעוואָרפֿן צוויי טרויבן אין מויל און באַטראַכט די אַרומיקע מענטשן: יאָ, די זעלבע באַקאַנטע פּנימער. עטלעכע האָבן זיך נישט געביטן אויף אַ האָר, אַנדערע — האָבן אויפֿגעלייגט אויף זיך פֿעטס און קנייטשן. קודלעס גרויע האָר האָבן זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל, און מעגלעך, זענען זיי שוין נישט פֿון נעכטן, אָבער איך האָב זיי נישט באַמערקט ביז אַהער.

אַ מיידל, הײַנט שוין אַ פֿרוי, איז געווען אַ מאָל גאָר חנעוודיק; די מענער פֿלעגן זיך דרייען אַרום איר, און זי פֿלעגט זיך אָפּרופֿן מיט אַ שמייכל, אַ חכמהלע, אַ וויץ. זי האָט שטאַרק ליב געהאַט קאָמפּלימענטן, די וווּנקען… איצט קוקט זי אויס פֿאַרעלטערט: עפּעס האָט זיך אויסגעלאָשן אין איר. זי זיצט לעבן איר חבֿר און גלעט זײַן קני מעשׂה־מאַשין.

די אַמאָליקע קאַוואַלירן האַלטן קוים אָן אַ סקריפּענדיקן שמועס. איך האָב אָפּגעגעבן עטלעכע „שלום-עליכמס‟ און מע האָט מיר אָפּגעענטפֿערט מיט אַ שאָקל — נישטאָ מער וואָס צו זאָגן. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און געשוויגן.

דער שמועס האָט זיך געדרייט אַרום געזונט. מע האָט געפֿרעגט בײַ עמעצן וואָס רייכערט, צי ער פֿילט זיך גוט בשעתן רייכערן. האָט ער געענטפֿערט, אַז ניין, ווײַל ער ווייסט גאַנץ ווויל, אַז מיט יעדער צי גייט אַרײַן ריין סם אין זײַנע לונגען. עמעצער האָט צוגעגעבן, אַז קאָקאַ-קאָלע איז נישט בעסער. דערנאָך האָט מען אַרומגערעדט די טעמע וואָס איז מער שעדלעך: סיגאַרעטן, אַ שטיקל פּיצע אָדער „קאָקאַ-קאָלע‟.

איך האָב דערפֿילט, ווי די מוסקלען פֿון מײַן פּנים ווערן פֿאַרשטיינערט פֿאַר לאַנגווײַל, די אויגן — פֿאַרגלעזערט. איך האָב זיך געפֿרעגט, וויפֿל פֿון די באַטייליקטע אין דעם שמועס ווייסן ווי איך הייס? למעשׂה, בין איך זיכער, אַז נישט אַלע ווייסן עס, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען עטלעכע געסט ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרבליבן פֿאַר מיר בלויז פּנימער. איך האָב נאָך נישט באַוויזן צוקלעפּן די נעמען צו די אַלע צורות.

די זײַטיקע שמועסן זענען געווען איבערהויפּט אינפֿאָרמאַטיוו, און באַשטאַנען פֿון קורצע פֿראַגעס און קורצע ענטפֿערס:

„וואָס מאַכסטו?‟

„איך האָב זיך ערשט באַפֿרײַט פֿון מיליטער.‟

„שיין, פֿאָרסטו ערגעץ?‟

„כ’ווייס נאָך נישט.‟

איך האָב זיך דערווײַל פֿאָרגעשטעלט אַזאַ שמועס:

„וואָס הערט זיך?‟

„איך האָב חתונה געהאַט.‟

„ווען? יענע וואָך?‟

„ניין, מיט אַ יאָר צוריק.‟

„און וווּ איז דײַן ווײַב?‟

„דאָ, זי זיצט לעבן ר’ איקס און קײַט אַ בייגל.‟

„אַיאָ? כ’קען זי נישט.‟

„זי איז שוין געווען אויף עטלעכע מסיבות פֿריִער.‟

אָדער:

„זיסע קינדערלעך!‟

„זיי זענען מײַנע, כאָטש צוויי פֿון זיי.‟

„אַיאָ? כ’קען זיי נישט.‟

„צי קען מען טאַקע קענען אַ מענטשן?‟

„ניין, אַוודאַי, נישט.‟

………………………………………..

און אַזוי קען זיך עס ציִען אַ גאַנץ לעבן און אַפֿילו ווײַטער, אויף יענער וועלט:

„נו, וואָס איז נײַעס?‟

„איך בין שוין טויט, אַ פֿינף יאָר.‟

„אַזוי גאָר? וואָס האָסטו געהאַט?‟

„אַ ראַק, אין די נירן.‟

„נו, אַ שאָד…‟

„נישט געפֿערלעך. עס איז שוין נאָך אַלעמען?‟

„איז, ווי רעד איך מיט דיר?‟

„כ’ווייס, אפֿשר ביסטו אויכעט אַ בר-מינן?‟

„קען זײַן…‟

אַזאַ לאַנגווײַל! מע קען משוגע ווערן.

פּלוצעם האָבן זיך אַרײַנגעריסן אייניקע באַבערדלטע באַוואָפֿנטע אַראַבער, אָנגעטאָן אין גאַנצן אין שוואַרץ. איך האָב זיי נישט געדאַרפֿט… ווער זענען זיי, און וואָס ווילן זיי? איך האָב זיי ווויל געקענט פֿון דער טעלעוויזיע. זיי זענען אָפֿטע געסט אין די סאַלאָנען פֿון דער איסלאַמישער מדינה.

זיי האָבן גענומען שלאָגן די מענטשן, רויִנירן די דירה און שרײַען. מיר האָבן געהאַט דרײַ ברירות: איסלאַם, באַצאָלן „דזשיזאַ‟ אָדער טויט…

עס זענען געפֿלויגן פֿויסטן, קללות, מע האָט אַרויסגעשטעקט מעסערס, באַדראָט מיט די ביקסן. איסלאַם אָדער טויט? טויט אָדער איסלאַם? זאָג אַרויס נאָר דרײַ זאַצן, און דו ביסט אַ פּאָלנער מוסולמענער. דרײַ זאַצן — און שוין. וועסטו קעמפֿן פֿון איצט אָן אויף אַללאַס זײַט: מאָרד, בלוט, אָפּהאַקן קעפּ, אויפֿשנײַדן בײַכער, קאָראַן, דזשיהאַד, אויסלייזונג, פֿאַרגוואַלדיקונג…

אַלץ האָט זיך אויסגעמישט אין מײַן קאָפּ. די געדאַנקען האָבן מיך געמאַכט דאָרשטיק. איך האָב באַקומען חשק צו עפּעס רויטס — אַ שטיקל אַרבוז. איך האָב זיך אָנגעבויגן צום טעלער, גענומען אַ שטיקל און עס אָנגעביסן…

און אפֿשר איז די „איסלאַמיסטישע מדינה‟ איין גרויסע ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן לאַנגווײַל? נישט אַללאַ רופֿט זיי, נאָר דער גאָרנישט, די וויסטעניש טרײַבט זיי אין וועג אַרײַן?