וואָס איז אַ גרעסערער כּבֿוד פֿאַר די טויטע?

Honoring Dead by Giving a Last Chance for Justice?

Getty Images

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

אין סעפּטעמבער 1941, האָט אַ גרופּע דאָרפֿס־לײַט, באַוואָפֿנט מיט העק און אַנדערע שטוב־כּלים, אויסגעהרגעט אַלע ייִדן אין וואָסאָש — אַ קליין פּויליש שטעטל, וואָס געפֿינט זיך 100 מײַל אויף מיזרח פֿון וואַרשע.

די פֿאָרשער פֿונעם חורבן זענען געווויר געוואָרן וועגן דער דאָזיקער רציחה אויפֿן סמך פֿון אינטערוויויִרטע עדות־זאָגער. מע ווייסט אָבער נישט קיין פּרטים און אַפֿילו די ציפֿערן בלײַבט אומקלאָר; לויט פֿאַרשיידענע השערות, זענען אינעם שטעטל אומגעקומען פֿון 180 ביז 1,200 ייִדן.

כּדי אויסצוגעפֿינען די גענויע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מאַסן־מאָרד, האָט אַ פּוילישער פּראָקוראָר געבעטן בײַ דער ייִדישער קהילה אין יולי אַ רשות אויסצוגראָבן דאָס געביין פֿון די דערהרגעטע. אַ טייל קהילה־פֿירער האָבן געשטיצט דעם געדאַנק און באַטאָנט, אַז דאָס איז דער לעצטער שאַנס מכבד צו זײַן די טויטע מיט אַ יושרדיקן מישפּט; אַ טייל אַנדערע האָבן אָבער געטענהט, אַז אַזאַ פּלאַן קומט אין סתּירה מיט דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. על־פּי־הלכה, טאָר מען נישט אויסגראָבן די מתים.

דער פּוילישער הויפּט־רבֿ, מיכאל שודריך, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דאָס ווילן אויסצוקלאָרן די געשיכטע איז נישט אַ פּאַסיקע סיבה צו אומבאַרויִקן די טויטע, וואָס ליגן שוין באַגראָבן אין דער ערד. פּיאָטר קאַדלטשיק, דער פּרעזידענט בײַם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע רעליגיעזע קהילות אין פּוילן‟, איז מסכּים מיט דער פּאָזיציע פֿונעם רבֿ און גלייבט, אַז דאָס איז אַ „גרויסער און דעסטרוקטיווער טעות‟. קאַדלטשיק האָט זיך געווענדט צו הרבֿ יעקבֿ רוזאַ, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער מומחה אין די ענינים פֿון געריכט־עקספּערטיז. אַ טייל רבנים האַלטן, אַז צוליב אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ מאָרד מעג מען אויסגראָבן דאָס געביין פֿון אַ קבֿר.

אינעם יאָר 2001, האָבן די פּוילישע געריכט־אינסטאַנצן דורכגעפֿירט די אויסגראָבונגען און באַשטעטיקט, אַז די פּאָליאַקן האָבן אויסגעהרגעט הונדערטער ייִדן אינעם שטעטל יעדוואַבנע. דער פּאָגראָם איז אויסגעבראָכן אין יולי 1941, בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פּוילן. די אויספֿאָרשונג האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָנפֿליקט אין דער קאַטוילישער קירך, גורם געווען אַנטיסעמיטישע פּראָטעסטן מצד די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטן, און האָט משפּיע געווען אויפֿן פּוילישן פּרעזידענט, וועלכער האָט צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל אָנערקענט די ראָלע, וואָס די פּאָליאַקן האָבן געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן.

במשך פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, האָט מען אין פּוילן אָפֿיציעל געהאַלטן, אַז די פּאָליאַקן זענען געווען פּונקט אַזעלכע קרבנות פֿון דער נאַצי־אָקופּאַציע, ווי די ייִדן. אַ דאַנק דער אויספֿאָרשונג אין יעדוואַבנע, האָט די רעגירונג געביטן איר פּאָזיציע. צוליב דעם, וואָס די רבנים, אַרײַנגערעכנט שודריך, האָבן נישט דערלאָזט דורכצופֿירן די געהעריקע אויסגראָבנונגען אין יעדוואַבנע, האָבן די אויספֿאָרשער נישט געקאָנט דערגרייכן אַ קלאָרן רעזולטאַט. אַ צאָל נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיקער, גלחים און זשורנאַליסטן טענהט ווײַטער, אַז בלויז די דײַטשן, און נישט די פּאָליאַקן, האָבן אויסגעהרגעט די ייִדן אינעם לאַנד.

דער סיכסוך איבער די אומגעקומענע אין וואָסאָש קאָן אויך גורם זײַן וויכטיקע פּאָליטישע קאָנסעקווענצן. די הײַנטיקע פּוילישע רעגירונג שטעלט אַן אַקצענט אויף די פּאַרטיזאַנער, וועלכע האָבן העלדיש באַקעמפֿט די נאַצי־אָקופּאַציע.

שודריך האָט באַמערקט, אַז אין יעדוואַבנע האָט מען נישט געדאַרפֿט דורכפֿירן קיין סיסטעמאַטישע אויסגראָבונגען, ווײַל דאָס גאַנצע אָרט איז געווען פֿול מיט די ביינער, וואָס האָבן געטראָגן קלאָרע סימנים פֿון מאַסן־מאָרד. לויט זײַן מיינונג, האָט מען נישט געדאַרפֿט זוכן קיין ווײַטערדיקע באַווײַזן פֿון דער רציחה. קאַלדטשיק האָט באַמערקט, אַז אויב אין וואָסאָש וועלן די רבנים ווידער נישט דערלאָזט די אויספֿאָרשער אויסצוגראָבן דאָס געביין, וועלן די נאַציאָנאַליסטן טענהן ווײַטער, אַז ייִדן נוצן אויס זייערע הלכות ווי אַ מיטל צו באַשולדיקן די פּאָליאַקן אין פֿאַלשע פֿאַרברעכנס. שודריך האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז די רוצחים וועלן באַקומען זייער שטראָף אויף יענער וועלט, און די פֿאַרביסענע אַנטיסעמיטן וועלן סײַ־ווי־סײַ געפֿינען נײַע תּירוצים, דערפֿאַר איז נישט כּדאַי אויסצוגראָבן די מתים.